שאלה אין קורצן ענין
#1 - קען איך רעדן צו די קינדער פון זאכן וואס איך האלט נישט דערביי?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, סבלנות, תפילה והתבודדות, אמונה, צדיקים, מלמדים, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד און איך הער די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס העלפט מיר זייער ארויס אין מיין פאסטן, ספעציעל בין איך זיך מחי' יעדע וואך מיט'ן גליון "שיעורי חינוך", אזויפיל גוטע עצות און הדרכות אין חינוך.


איך האב געוואלט פרעגן, אזוי ווי איך האב זיך איינגעפירט אז איך זאג פאר די קינדער נאר זאכן וואס איך אליין האלט דערביי, אבער דאס מאכט מיר א פראבלעם ביי געוויסע זאכן וואס איך דארף אויסלערנען פאר די קינדער, אבער איך אליין טו עס נישט ווי עס דארף צו זיין, און איך שפיר זיך ווי א פאפער אויב איך וועל זיי הייסן טון א זאך וואס איך טו נישט. צום ביישפיל ווען איך זאג זיי מוסר אז מען דארף דאווענען אויף איין פלאץ און נישט ארומשפאצירן ביים דאווענען, מען דארף זיצן מיט דרך ארץ ביים דאווענען, מען רעדט יעצט צום אייבערשטן, און אזוי ווייטער; אבער אין די זעלבע צייט ווייס איך אז איך האלט נאכנישט ביי דעם דערווייל, פארשטייט זיך אז ווען איך דאווען מיט די קינדער, דאווען איך שטייטליך, אבער ווען איך דאווען צופרי אין שול, האב איך נישט צופיל געדולד צום דאווענען, איך קום אן שפעט צום דאווענען און איך גיי ארויס פרי, און איך קען זיך נישט צופיל קאנצעטרירן אויפ'ן דאווענען. איך ווייס עס איז נישט גערעכט, אבער וואס זאל איך טון אז דאס איז דערווייל די מציאות.


ווען עס קומט צו רעדן צו די קינדער וועגן דאווענען, ווייס איך נישט ווי אזוי עס צו טון אויף אן אמת'ע וועג; אפשר זאל איך רעדן הויך אזוי ווי צו מיר אליין אז אזוי דארף מען דאווענען, און די קינדער וועלן זיך צוהערן? אדער זאל איך זיי זאגן אז אפילו מען זעט ערוואקסענע מענטשן שפאצירן ארום ביים דאווענען, איז דאס נאר ווייל זיי האבן זיך שלעכט איינגעוואוינט, אבער דער אמת'ער וועג איז יא צו דאווענען אויף איין פלאץ?


איך שפיר ווי איך דארף הדרכה אויף דעם, ווייל עס איז נישט נאר ביי די נושא פון דאווענען, עס קומט כסדר אויס ביי יעדע צווייטע זאך וואס איך דארף מחנך זיין קינדער אויף דעם, אבער איך אליין בין ווייט פון דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד אסאך צו די קינדער פון אמונה און פון תפילה, וועט דאס אויך משפיע זיין אויף דיר. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קו) דורך רעדן פון יראת שמים, חיזוק און אמונה - צו אנדערע - פועל'ט עס אויפן מענטש אליינס, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים מא, ב): "אַשְׁרֵי מַשְׂכִּיל אֶל דָּל", ווען א מענטש איז צעבראכן, "אִם לֹא יָכוֹל בְּעַצְמוֹ לָבוֹא לְגַדְלוּת הַמֹּחִין", אז ער קען זיך נישט מחזק זיין און זיין אן ערליכער איד, "עֵצָה לָזֶה", איז די עצה, "שֶׁיַּשְׂכִּיל אֲחֵרִים", ער זאל רעדן צו אנדערע, "וְעַל יְדֵי זֶה נִתְעוֹרֵר גַּם אֶצְלוֹ", דורכדעם וואס ער איז מחזק א צווייטן - וועט ער אליינס ווערן מחוזק.


דער עיקר דארף א מלמד האבן אסאך סבלנות, אזוי ווי מיר געפינען ביי די מעשה פון רבי פרידא וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (עירובין נד:), רבי פרידא האט געהאט א תלמיד וואס האט נישט פארשטאנען וואס מען לערנט מיט אים, מען האט אים געדארפט איבערזאגן פיר הונדערט מאל, רבי פרידא מיט זיין גרויס סבלנות האט מיט אים געלערנט נאכאמאל און נאכאמאל ביז פיר הונדערט מאל. איין מאל האט רבי פרידא געזען אז דער תלמיד פארשטייט נישט אפילו ביי פיר הונדערט מאל, פרעגט ער אים: "האידנא מאי שנא", וואס איז יעצט אנדערש אז דו פארשטייסט נאכאלץ נישט? זאגט דער תלמיד, איך האב נישט קיין קאפ צו פארשטיין, ווייל איך זע אז דער רבי יאגט זיך צו גיין, טראכט איך אגאנצן צייט אז יעצט גייט שוין דער רבי מיך איבערלאזן, איך האב נישט קיין קאפ צו פארשטיין, האט רבי פרידא אים געזאגט: "הב דעתיך ואתני ליך", לייג צו קאפ און איך וועל דיר לערנען, "הדר תנא ליה ארבע מאה זימני", און ער האט אים נאכאמאל געלערנט פיר הונדערט מאל, און ער האט זוכה געווען צו לעבן פיר הונדערט יאר און צו עולם הבא.


א מלמד דארף האבן אייזערנע נערוון פאר די קינדער, איינער וואס ווערט נערוועז פון קינדער - טאר נישט זיין קיין מלמד, א נערוועזער מלמד קען מאכן די קינדער בעלי מומין פאר זייער גאנץ לעבן רחמנא לצלן. מוהרא"ש דערציילט, א איד איז געקומען צום גרויסן גאון רבי מאיר שפירא זכר צדיק לברכה זיך אדורכרעדן אויב ער זאל ווערן א מלמד, פרעגט אים דער גאון: "וואס האסטו געטון ביז יעצט?" זאגט ער: "איך בין געווען א שוחט", פרעגט ער אים: "פארוואס האסטו דאס אפגעלאזט?" זאגט ער: "מען האט מיך אפגעזאגט ווייל איך בין נישט קיין באגלייבטער", זאגט אים רבי מאיר: "ווער נישט קיין מלמד, אז דו האסט נישט מצליח געווען מיט שחט'ן קעלבלעך ווילסטו גיין שחט'ן קינדער?!" זעט מען אז צו זיין א מלמד דארף מען זיין א ירא שמים און האבן אסאך סבלנות.


שטארק זיך מיט דיין ארבעט, צעברעך זיך נישט און צעקלאפ זיך נישט, דו לייג אריין אין די קינדער יראת שמים און דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים, וועלן זיי ווערן צופלאקערט צו זיין ערליכע אידן, און אויך דיין הארץ וועט זיך אנצינדן צום אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן – זאגט דער רבי – אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד". ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט מען אויפגעפלאמט און מען באקומט א מורא'דיגע חשק צו ווערן אן ערליכער איד; מען זעט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות, וויל מען אויך ווערן א צדיק, בפרט ווען א קינד הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט ער זייער נתעורר דורך דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.