שאלה אין קורצן ענין
#1 - מעג מען ברענגען קליינע קינדער שבת אין שול?
שבת קודש, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, בית המדרש, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער ברענגען קליינע קינדער שבת אין שול, עס איז זיכער אז אויב דאס קינד מאכט א גערודער און דרייט איבער דעם בית המדרש, קען מען זיי נישט ברענגען אין שול, איך פרעג אבער וועגן מיינע קינדער וואס ביי שמונה עשרה, און ווען דער רב פון בית המדרש רעדט, ווייסן זיי צו זיין שטיל, אבער סתם אזוי אינמיטן דאס דאווענען איז שווער צו פארלאנגען פון זיי צו זיצן שטיל די גאנצע צייט נעבן מיר, און זיי ווילן אויך נישט ארויסגיין שפילן אינדרויסן.


געווענליך שפילן זיי ביי מיין טיש אין שול מיט זייער חברים, זיי קריכן ארויף און אראפ און טאנצן אביסל ארום, אבער אלעס מער רואיג און שטיל. אבער מיין חבר האט מיר מעורר געווען אז דאס שטערט לכאורה מענטש פון דאווענען, פון די אנדערע זייט וויל איך אבער יא ברענגען די קינדער אין שול, זיי זאלן הנאה האבן און טרעפן חברים, און זיי זאלן זען ווי אזוי מען דאווענען, און די קינדער האבן טאקע ליב צו קומען אין שול און אויך מיין ווייב האט הנאה דערפון ווי פארשטענדליך, אבער למעשה זענען זיי נאך קליין און איך קען נישט פארלאנגען פון זיי זיך אויפצופירן ווי גרויסע קינדער.


למעשה ווייס איך נישט וואס איז די ריכטיגע זאך צו טון, דארף איך זיך רעכענען מיט דעם אז אפשר שטערן זיי אנדערע מענטשן פון דאווענען? איך רעד נישט פון גרויסע איבערדרייענישן מיט קולות, מען רעדט סתם פון קליינע קינדער וואס שפילן זיך שטילערהייט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט, מען קען ברענגען קינדער אין שול נאר אויב מען געבט אכטונג אויף זיי, ווייל אז מען ברענגט קינדער אין שול און מען לאזט זיי אויף הפקר - איז ענדערש זיי צו לאזן אין שטוב.


ברענג דיינע קינדער אין שול, אבער נאר אז דו וועסט אכטונג געבן אויף זיי. זיי זאלן נישט רעדן און דו וועסט דאווענען מיט זיי, דו וועסט זיי מחנך זיין אויף כבוד בית המדרש.


דער עיקר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף גוטע קינדער. מוהרא"ש דערציילט, מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט מצליח געווען מיט די קינדער, האט ער געזאגט: "איך האב אסאך טרערן פארגאסן פאר זיי, איך האב אנגעפילט א גלעזל טרערן ביי תיקון חצות פאר גוטע ערליכע קינדער, אזוי האב איך מצליח געווען".


אזוי אויך איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט געהאט זייער גוטע ערליכע קינדער. ווען מען האט אים געפרעגט וואס איז דער סוד פון די הצלחה, האט ער געזאגט: "וואס מיינט איר, קינדער זענען עפעלעך וואס מען רייסט אראפ פון בוים? איך האב אסאך געוויינט צום אייבערשטן זיי זאלן זיין ערליכע אידן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.