שאלה אין קורצן ענין
#1 - מ'נעמט נישט אן מיינע קינדער ווייל איך בין א ברסלב'ער, וואס טו איך?
חינוך הילדים, חסידות ברסלב, מוסדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אז איידער מ'ציעט זיך אריבער צו א צווייטע שטאט, דארף מען די ערשטע זאך זען צו האבן דארט מוסדות פאר די קינדער.


איך פלאן יעצט זיך אריבערצוציען צו ..., איך האב פרובירט איינצושרייבן די קינדער ביי די מוסדות דארט, אבער זיי ווילן בשום אופן נישט אננעמען מיינע קינדער, זיי זאגן מיר קלאר און אפן אז זיי ווילן נישט ארייננעמען קיין ברסלב'ע.


דער מנהל האט מיר געזאגט איך זאל עס נישט נעמען פערזענליך, ווייל ער האט באקומען די באפעל פונעם ארטיגן אדמו"ר אז מ'זאל נישט אננעמען קיין ברסלב'ע. האב איך אים דערציילט די מעשה איבער א איד וואס איז ארויפגעקומען צום בית דין של מעלה און גע'טענה'ט אז ער איז א איד און ער דארף באקומען שכר, האט מען אים געפרעגט מיט וואס ער איז געווען א איד, ער האט דאך ליידער נישט געהיטן קיין שבת, און נישט געטון קיין שום מצוות, האט ער צוריק געזאגט, "סטאלין ימח שמו האט דאך גע'הרג'ט פילע אידן, און ער האט מיר געזאגט אז איך בין אויך א איד און דערפאר האט ער מיר גע'הרג'ט, קומט אויס אז איך בין יא א איד". האב איך געזאגט פאר דעם מנהל אז ווען איך וועל ארויפקומען אין הימל און זאגן אז איך בין ברסלב'ער, און מ'וועט מיר נישט גלויבן ווייל איך האב נישט געטון אלעס וואס דער רבי האט געהייסן, וועל איך זאגן אז מ'האט נישט אנגענומען מיינע קינדער אין מוסדות ווייל איך בין א ברסלב'ער.


די שאלה איז ווי אזוי איך גיי דא ווייטער, זאל איך אליין אריינגיין צום אדמו"ר און זיך בעטן ביי אים מ'זאל אננעמען מיינע קינדער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שווער צו טראכטן אז דו וועסט קענען פועל'ן ביי דעם אדמו"ר מען זאל אננעמען דיינע קינדער, דו קענסט פרובירן.


איך טראכט אן אנדערע עצה, אפשר איז צייט דו זאלסט עפענען א מוסד וואו מען וועט אננעמען אלע קינדער; וואס מיינסטו, ווי אזוי האבן מיר געעפנט מוסדות אין אמעריקע - א ברסלב'ער חדר, א ברסלב'ער סקול? היינט האבן מיר שוין אין דריי שטעט מוסדות, ווי אזוי האבן מיר דאס געעפנט? נאר צוליב אזא מעשה וואס דו האסט, מען האט ארויסגעווארפן מיינע אינגלעך פון די מוסד וואו זיי האבן געלערנט, האבן מיר געעפנט א חדר, צוויי יאר שפעטער האט מען ארויסגעווארפן מיידלעך פון זייער סקול ווייל זיי האבן ברידערס וואס לערנען ביי אונז אין ישיבה, האט מוהרא"ש געזאגט עס איז געקומען די צייט צו עפענען א סקול (דער בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו); מיר האבן געעפנט די חדר מיט געציילטע קינדער, אויך די סקול האבן מיר געעפנט מיט געציילטע קינדער, היינט איז דא הונדערטער קינדער כן ירבו.


צו עפענען מוסדות דארף מען נישט קיין געלט, מען דארף נישט גארנישט, מען דארף נאר א שטארקע ווילן, ערליכע מלמדים און ערליכע טיטשערס. מען דארף נישט קיין חכמים און נבונים, מיר פירן די מוסד אן קיין חכמים ונבונים, מיר גייען נישט מיט די נייע וועגן וואס כאפט זיך אריין פון די פעלקער, מיר גייען נאך די פריערדיגע צדיקים, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (שיר השירים א, ח): "אִם לֹא תֵדְעִי לָךְ הַיָּפָה בַּנָּשִׁים צְאִי לָךְ בְּעִקְבֵי הַצֹּאן", גיי נאך די פריערדיגע דורות, "וּרְעִי אֶת גְּדִיֹּתַיִךְ עַל מִשְׁכְּנוֹת הָרֹעִים", פאשע די שאף אזוי ווי זיי האבן געפאשעט, מאך נישט קיין נייע זאכן.


מוהרא"ש שרייבט מיר אין די בריוו: "איך זע א רמז פון הימל אז מיר דארפן עפענען פאר די מיידלעך"; טראכט איבער, אפשר איז דאס א רמז פאר אונז אז מיר זאלן עפענען אייגענע מוסדות, מיר וועלן קענען מחנך זיין די קינדער אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


...


[דער בריוו צו וועלכע די אויבנדערמאנטע בריוו באציט זיך:


בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ, יוֹם ב' לְסֵדֶר נֹחַ, כ"ו תִּשְׁרֵי ה'תשע"ב.


שָׁלוֹם וּבְרָכָה אֶל הָאַבְרֵךְ הַיָקָר לִי מְאֹד ... נֵרוֹ יָאִיר


אַזוֹי וִוי עֶס אִיז גֶעקוּמֶען צוּ מִיר הַיינְט צְוֵויי עֶלְטֶערְן וָואס זֵיי הָאבְּן טֶעכְטֶער אוּן קֵיינֶער וִויל זֵיי נִישְׁט אַרַיינְנֶעמֶען לֶערְנֶען אִין זֵייעֶר סְקוּל, וַוייל זֵיי זָאגְן זֵייעֶרֶע אִינְגְלֶעךְ לֶערְנֶען אִין אוּנְזֶער תַּלְמוּד תּוֹרָה, זֶע אִיךְ אַ רֶמֶז פוּן הִימְל אַז מֶען דַארְף אוֹיפְמַאכְן אַ מֵיידְל שׁוּלֶע, הֵן אֱמֶת סְ'אִיז זֵייעֶר זֵייעֶר שְׁוֶוער צוּ הַאלְטְן אַ תַּלְמוּד תּוֹרָה מִיט אַ גַאנְצֶע סְטֶעף מְלַמְדִים, אָבֶּער אַזוֹי וִוי עֶטְץ הָאטְס גֶעהַאט נִיסִים וְנִפְלָאוֹת אַ גַאנְץ יָאר, הַאלְט אִיךְ זִיכֶער וֶועט אִיר מִיט דִי מֵיידְל שׁוּלֶע אוֹיכֶעט הָאבְּן נִיסִים וְנִפְלָאוֹת.


מֶען דַארְף בַּיים אָנְפַאנְג נִישְׁט נֶעמֶען קַיין מְנַהֶלֶת וְכוּ', נָאר אֵיין אָדֶער צְוֵויי פְרוֹיעֶן וָואס זֵיי זָאלְן זַיין דִי לֶערֶערִינְ'ס, מֶען בַּאצָאלְט זֵיי אַרוּם דְרֵיי הוּנְדֶערְט פוּפְצִיג דָאלֶער אַ וָואךְ, אוּן זֵיי וֶועלְן לֶערְנֶען מִיט דִי פָּאר מֵיידְלֶעךְ הֲלָכוֹת, אוּן שְׁרַייבְּן, אוּן רֶעכֶענֶען, אוּן שְׁפְּרַאךְ, וְכוּ', וְכוּ', אוּן אַזוֹי וֶועט זִיךְ אָנְהֵייבְּן דִי מֵיידְל שׁוּלֶע.


עֶס אִיז בַּאוואוּסְט אַז דֶער הֵיילִיגֶער סַאטְמַאר רָב זי"ע, בַּעַל "דִבְרֵי יוֹאֵל", הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן זַיין מֵיידְל שׁוּלֶע "בֵּית רָחֵל" מִיט צְוֵויי תַּלְמִידוֹת, אוּן עֶס אִיז צוּאוַואקְסְן גֶעוָוארְן אַ גַאנְצֶע אִימְפֶּערִיֶע, קָרוֹב צוּ צֶען טוֹיזְנְט מֵיידְלֶעךְ כֵּן יִרְבּוּ, דָאס אִיז מְקוּבָּל פוּן צַדִיקִים אַז יֶעדֶע זַאךְ וָואס מֶען טוּט מִיט מְסִירוּת נֶפֶשׁ אוּן מִיט אֱמֶת, הָאט הַצְלָחָה, אָבֶּער אוֹיבּ אֵיינֶער הָאט אִינְזִינֶען זִיךְ וְכוּ', יֵשׁוּת וְכוּ', פִּרְסוּם וְכוּ', אִיז צוּם סוֹף פַאלְט דָאס אַוֶועק אוּן סְ'וֶוערְט בָּטוּל וּמְבוּטָל כְּעַפְרָא דְאַרְעָא, אִיבֶּערְדֶעם וַוייל קַיין שׁוּם מוֹסָד וִויל נִישְׁט אַרַיינְנֶעמֶען אוּנְזֶערֶע טֶעכְטֶער, וַוייל זֵייעֶרֶע זִין לֶערְנֶען אִין אוּנְזֶער תַּלְמוּד תּוֹרָה, זֶע אִיךְ נִישְׁט קַיין אַנְדֶערֶע עֵצָה, נָאר אוֹיפְמַאכְן אַ מֵיידְל שׁוּלֶע, מֶען דַארְף אָנְהֵייבְּן מִיט קְלֵיינֶעם, נִישְׁט מִיט קַיין גְרוֹיסְן סְטֶעף, וֶועט מֶען הָאבְּן גְרוֹיס הַצְלָחָה.


אִיךְ בֶּעט דִיךְ זֵייעֶר דוּ זָאלְסְט זִיךְ זֶען מְבַטֵל זַיין אִינְגַאנְצְן צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן זָאלְסְט גוּט גֶעדֶענְקֶען, כָּל זְמַן מֶען הָאט זִיךְ אִינְזִינֶען וְכוּ' וֶוערְט לֶעכֶער פוּן אַלֶע זַייטְן וְכוּ', אוּן עֶס רִינֶען אַרוֹיס דִי הַשְׁפָּעוֹת וְכוּ', אוּן מֶען וֶוערְט פַארְפְּלָאנְטֶערְט אִין אַלֶע עֶרְלֵיי פַארְפְּלָאנְטֶערְנִישְׁן, אָבֶּער וֶוען אַ אִיד אִיז זוֹכֶה אוּן עֶר אִיז זִיךְ אִינְגַאנְצְן מְבַטֵל צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן עֶר וִויל גָארְנִישְׁט נָאר טוּן דֶעם רָצוֹן פוּן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, דֶער הָאט נִישְׁט קַיין מוֹרָא פוּן קַיין מֶענְטְשׁ אוֹיף דֶער וֶועלְט, אוּן דָאס קֶען זַיין דִי כַּוָנָה וָואס עֶס שְׁטֵייט אִין דִי וָואכֶעדִיגֶע סֶדְרָה (בְּרֵאשִׁית ו', ט') "אֶת הָאֶלֹקִים הִתְהַלֶךְ נֹחַ" נֹחַ אִיז גֶעגַאנְגֶען נָאר מִיטְ'ן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אִיבֶּערְדֶעם הָאט עֶר נִישְׁט מוֹרָא גֶעהַאט פוּן קֵיינֶעם נִישְׁט.


עֶס הָאט מִיר דֶערְצֵיילְט, פַאר אִיבֶּער פוּפְצִיג יָאר צוּרִיק, אַ בָּחוּר וָואס עֶר אִיז גֶעוֶוען אֵיינְמָאל אִין מִירוֹן בַּיים תַּנָא רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי, אוּן דֶעמָאלְט אִיז נָאךְ גֶעוֶוען דָארְטְן אַ וִויסְטֶענִישׁ, עֶס אִיז גֶעוֶוען אַ וִוינְטֶער נַאכְט, אוּן קַיין נֶפֶשׁ חַיָה אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען בַּיים צִיוּן, נָאר דֶער גְרוֹיסֶער צַדִיק רַבִּי שְׁמוּאֵל הוֹרְוִויץ זי"ע וָואס עֶר אִיז גֶעוֶוען אַ וואוּנְדֶערְלִיכֶער מֶענְטְשׁ, נָאכְדֶעם וָואס עֶר הָאט אוֹיסְגֶעזָאגְט גַאנְץ תְּהִלִים בַּיים צִיוּן פוּן רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי הָאט עֶר זִיךְ גֶעוָואנְדֶען צוּ דֶעם בָּחוּר, "קוּם מִיט מִיר אַרוֹיס צְוִוישְׁן דִי בֶּערְג זִיךְ מִתְבּוֹדֵד זַיין", אוּן דֶער בָּחוּר הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן אַרוֹיסְצוּגֵיין מִיט אִים, עֶס אִיז גֶעוֶוען שְׁטָאק פִינְסְטֶער, אוּן וִוי זֵיי הָאבְּן אָנְגֶעהוֹיבְּן אַרָאפְּצוּגֵיין צוּ דִי זַייט פוּן דִי מְעָרָה שֶׁל הִלֵל, הָאט דֶער בָּחוּר זִיךְ אָנְגֶערוּפְן אוּן עֶר הָאט גֶעזָאגְט, "רַבִּי שְׁמוּאֵל, אִיךְ הָאבּ מוֹרָא וַוייטֶער מַמְשִׁיךְ צוּ זַיין", (וַוייל עֶס אִיז גֶעוֶוען אַזוֹי פִינְסְטֶער הָאט עֶר מִיךְ דֶערְצֵיילְט, אַז אֵיינֶער הָאט נִישְׁט גֶעזֶען דֶעם אַנְדֶערְן, אוּן עֶר הָאט פָּשׁוּט גֶעצִיטֶערְט) הָאט אִים רַבִּי שְׁמוּאֵל גֶעעֶנְטְפֶערְט מִיט דִי וֶוערְטֶער, "מֶען דַארְף זִיךְ אִינְגַאנְצְן אִיבֶּערְגֶעבְּן פַארְ'ן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים דֶעמָאלְט הָאט מֶען פוּן גָארְנִישְׁט קַיין מוֹרָא" (אָבֶּער דֶער בָּחוּר הָאט מִיךְ דֶערְצֵיילְט אַז עֶס הָאט אִים אָנְגֶעכַאפְּט אַזַא מִין שְׁרֶעק אַז עֶר אִיז צוּרִיק גֶעלָאפְן צוּם צִיוּן פוּן רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי, אוּן עֶר אִיז דָארְטְן גֶעבְּלִיבְּן אַ גַאנְצֶע נַאכְט אוּן גֶעצִיטֶערְט וְכוּ' וְכוּ',) אוּן רַבִּי שְׁמוּאֵל אִיז זִיךְ אַרָאפְּגֶעגַאנְגֶען צוּם טָאל וְכוּ', אָן קַיין שׁוּם פַּחַד, אוּן פַארְטָאגְס אִיז עֶר צוּרִיקְגֶעקוּמֶען, אוּן עֶר הָאט אִים אוֹיסְגֶע'מוּסָרְ'ט "וִוי קֶען אַ מֶענְטְשׁ מוֹרָא הָאבְּן פוּן חַיוֹת רָעוֹת וְכוּ', אוֹיבּ עֶר אִיז צוּגֶעקְלֶעבְּט צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים"?


זֶעט מֶען פוּן דֶעם אַז אוֹיבּ אַ מֶענְטְשׁ גֶעוואוֹינְט זִיךְ צוּ, אוּן עֶר טְרַאכְט נָאר פוּן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן נִישְׁט פוּן זִיךְ, דֶעם קֶען קֵיינֶער גָארְנִישְׁט טוּן, אֲפִילוּ אַלֶע חַיוֹת רָעוֹת וָואס זֶענֶען בִּדְמוּת בְּנֵי אָדָם זֶענֶען אִים מְבַזֶה מְחַרֵף וּמְגַדֵף מַאכְט דָאס נִישְׁט אוֹיף אִים אַ רוֹשֶׁם.


אַז וואוֹיל אִיז דֶעם מֶענְטְשׁ וָואס גֶעוואוֹינְט זִיךְ צוּ, צוּ רֶעדְן שְׁטֶענְדִיג צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, בִּיז עֶר וֶוערְט נִכְלָל אִין מְחוּיָב הַמְצִיאוּת, אַזוֹי וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז גֶעלֶערְנְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק א', סִימָן נ"ב), דֶעם אִינְטֶערֶעסִירְט שׁוֹין גָארְנִישְׁט, נִישְׁט קַיין גֶעלְט, נִישְׁט קַיין כָּבוֹד, נִישְׁט קַיין פִּרְסוּם, וְכוּ', וְכוּ', עֶר וִויל נָאר מְגַלֶה זַיין דֶעם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן עֶר שַׁיינְט אַרַיין אִין דִי מֶענְטְשְׁן וָואס זֵיי הֶערְן אִים צוּ, נָאר אֱמוּנָה אִין דֶעם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן לִימוּד הַתּוֹרָה הַקְדוֹשָׁה, בִּפְרַט מִקְרָא מִשְׁנָה גְמָרָא, וָוארוּם דָאס אִיז דֶער גְרֶעסְטֶער עֲשִׁירוּת פוּן אַ אִיד, וֶוען עֶר אִיז זוֹכֶה דָאס צוּ לֶערְנֶען יֶעדְן טָאג, וִוי דִי חֲזַ"ל זָאגְן (שַׁבָּת ק"כ.) "וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה", שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד.


אַ אִיד הָאט אַמָאל גֶעפְרֶעגְט דֶעם הֵיילִיגְן סַאטְמַאר רָב זי"ע, בַּעַל "דִבְרֵי יוֹאֵל", וָואס הֵייסְט אַ רֶבִּי? אוּן וָואס הֵייסְט אַ חָסִיד? הָאט עֶר אִים גֶעעֶנְטְפֶערְט, אַ רֶבִּי אִיז דֶער וָואס עֶר לֶערְנְט גְמָרָא אוּן בְּרֶענְגְט אַרַיין אִין זַיינֶע תַּלְמִידִים זֵיי זָאלְן לֶערְנֶען גְמָרָא, אוּן אַ חָסִיד אִיז דֶער וָואס אִיז זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ מְקַיֵים צוּ זַיין יֶעדְן סָעִיף פוּן שׁוּלְחָן עָרוּךְ.


אִיבֶּערְדֶעם בֶּעט אִיךְ דִיר זֵייעֶר שְׁטַארְק, דוּ זָאלְסְט נָאר רֶעדְן מִיט דִי בָּחוּרִים דִיבּוּרֵי אֱמוּנָה אוּן הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, עֶס זָאל זַיין שֵׁם שָׁמַיִם שָׁגוּר בְּפִיהֶם, וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק ב', סִימָן מ"ד) אַז דָאס וָואס מֶען רֶעדְט אֱמוּנָה, דָאס אִיז אַלֵיין אֱמוּנָה, אוּן דָאס בְּרֶענְגְט צוּ אֱמוּנָה, וִוידֶערְאוּם זָאגְט דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי (סֵפֶר הַמִדוֹת, אוֹת אֱמוּנָה, סִימָן ל"ג) עַל יְדֵי אֱמוּנָה, יִסְלַח לְךָ הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עַל כָּל עַווֹנוֹתֶיךָ; אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז שְׁטַארְק אִין אֱמוּנָה, אוּן רֶעדְט פוּן אֱמוּנָה, אִיז אִים דֶער בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים מוֹחֵל אוֹיף אַלֶע עַווֹנוֹת.


מֶען דַארְף אַסַאךְ רֶעדְן מִיט דִי בָּחוּרִים זֵיי זָאלְן אַכְטוּנְג גֶעבְּן נִישְׁט רֶעדְן נִיבוּל פֶּה, וָוארוּם דִי חֲזַ"ל זָאגְן (שַׁבָּת ל"ג.) בַּעֲוֹן נַבְלוּת פֶּה צָרוֹת רַבּוֹת וּגְזֵירוֹת קָשׁוֹת מִתְחַדְּשׁוֹת וּבַּחוּרֵי שׂוֹנְאֵי יִשְׂרָאֵל מֵתִים, יְתוֹמִים וְאַלְמָנוֹת צוֹעַקִין וְאֵינָן נֶעֱנִין; אוּן אַזוֹי זָאגְט דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי (סֵפֶר הַמִדוֹת, אוֹת נִיבוּל פֶּה, סִימָן ד') הַמְנַבֵּל פִּיו, אֲפִילוּ חוֹתְמִים עָלָיו גְזַר דִין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה, הוֹפְכִים עָלָיו לְרָעָה, גַם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵיהִנוֹם, גַם לְהַשׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק; וָוארוּם לֵיידֶער הַיינְט רֶעדְן דִי בְּנֵי הַנְעוּרִים גֶעמֵיינֶע נִיבוּל פֶּה וְכוּ', אוּן עֶס אִיז בַּאוואוּסְט דֶעם מַאֲמַר הַחָכָם "הַלָשׁוֹן הוּא קוּלְמוֹס הַלֵב", וָואס אַ מֶענְטְשׁ טְרַאכְט, דָאס רֶעדְט עֶר, אוּן אַזוֹי זָאגְט דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי (סֵפֶר הַמִדוֹת, אוֹת נִיבוּל פֶּה, סִימָן א') מִי שֶׁמְדַבֵּר נִיבוּל פֶּה, בְּיָדוּעַ שֶׁלִבּוֹ חוֹשֵׁב מַחֲשָׁבוֹת אָוֶן.


דוּ זָאלְסְט נִישְׁט אוֹיפְהֶערְן אַרַיינְצוּפְּרֶעגְלֶען אִין דִי בָּחוּרִים זֵיי זָאלְן לֶערְנֶען מִיט גְרוֹיס הַתְמָדָה מִשְׁנַיוֹת כְּסִדְרָן, אֲפִילוּ זֵיי פַארְשְׁטֵייעֶן גָארְנִישְׁט, נָאר זָאגְן, וַוייל דוּרְךְ לִימוּד אוּן זָאגְן מִשְׁנַיוֹת, וֶוערְט דִי נְשָׁמָה אוֹיסְגֶערֵיינִיגְט פוּן אַלֶעם שְׁלֶעכְטְס, אוּן אַזוֹי אוֹיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען זִיךְ זָאגְן אַסַאךְ דַפִין גְמָרָא כְּסִדְרָן דַיְקָא, בִּיז מֶען עֶנְדִיגְט גַאנְץ שַׁ"ס, אוֹיסֶערְדֶעם וָואס מֶען נֶעמְט אַ מְסֶכְתָּא אוֹיף זִיךְ אוּן מֶען חַזְרְ'ט דָאס אִיבֶּער הוּנְדֶערְט אוּן אֵיין מָאל, וָואס דָאס בְּלַייבְּט נָאכְדֶעם אִין קָאפּ.


אַזוֹי וִוי אִיךְ פָאר אַוֶועק דֶעם דִינְסְטָאג אוֹיף אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, אוּן אִיךְ וֶועל דָא נִישְׁט זַיין לְכָל הַפָּחוֹת דְרֵיי שַׁבָּתִים וְכוּ', אוּן אֶפְשָׁר מֶער וְכוּ', זָאלְסְטוּ מִיר בְּלַייבְּן גֶעזוּנְט, אוּן דוּ זָאלְסְט זַיין זֵייעֶר פְרֵיילִיךְ, אוּן עֶס זָאל נִתְרַבֶּה וֶוערְן גְבוּלְךָ בַּתַּלְמִידִים.


הַמְאַחֵל לְךָ בְּרָכָה וְהַצְלָחָה מִן הַשָׁמַיִם].