שאלה אין קורצן ענין
#1 - מיין חבר'טע איז אנטוישט פון איר לעבן, ווי אזוי קען איך איר העלפן?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, גט, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים און חיזוקים, איך האב פיל הכרת הטוב פאר אייער חיזוק און עצות, עס האט מיר ממש געראטעוועט.


איך האב ברוך ה' חתונה געהאט פאר בערך א יאר צוויי צוריק, און איך האב ברוך ה' די שענסטע גליקליכסטע לעבן וואס איך וואלט זיך נאר געקענט ווינטשן.


איך האב זייער א נאנטע חבר'טע, מיר זענען צוזאמען אסאך אריבער אלס מיידלעך, און מיר זענען זייער נאנט. מיין חבר'טע האט ברוך ה' חתונה געהאט, איר מאן באלאנגט צו א חסידות מיט אסאך חומרות ופרישות, קרום, נישט ריכטיג און נישט אידיש.


איר מאן איז זייער וואויל און תמימות'דיג און ער וויל זיך בשום אופן נישט רירן פון די הנהגות פון זיין חסידות אפילו מיט א משהו, מיין חבר'טע איז זייער צובראכן, זי איז זייער אנטוישט, זי האט עפעס אנדערש אינגאנצן ערווארטעט פון א חתונה געהאטע לעבן, און זי פילט ממש פארלוירן. זי האט שוין אלעס פרובירט און עס האט גארנישט געהאלפן.


זי רעדט זיך זייער אויס צו מיר אז ס'איז ממש געפערליך, זי קען עס מער נישט אויסהאלטן. איך פארשטיי איר זייער גוט, איך האלט אז זי איז הונדערט פראצענט גערעכט, די שאלה איז נאר וואס איך דארף איר זאגן, צי איך זאל איר איך מחזק זיין? וויאזוי דארף איך זיך באנעמען מיט דעם? און אויב דארף איך זיך טאקע שטעלן צו איר זייט? צי דארף איך איר מעודד זיין זיך צו גט'ן? איך וועל באמת שעצן אויב איך באקום אן ענטפער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זאלט איר חס ושלום נישט צורעדן זיך צו גט'ן; אויב מען דארף זיך גט'ן - דאס האט מיט גרויסע רבנים, דאס איז נישט קיין קינדער שפיל וואס חבר'טעס רעדן, אך און וויי פאר א פרוי וואס העצט אן זיך צו גט'ן.


איך וואונדער זיך, איר שרייבט אז איר זענט זיך מחי' מיט די עצות פון רבי'ן; ווי קען זיין א ברסלב'ע פרוי זאל פארגעסן פון תפילה?! איר דארפט זיך מחזק זיין מיט די עצה פון תפילה והתבודדות, אנשטאט איר אויפהעצן קעגן איר מאן זאלט איר זיך אינאיינעם מחזק זיין צו בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם. דער רבי האט אונז געגעבן די עצה פון התבודדות, מיר זאלן זיך מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך אויף די אייגענע שפראך; דורך תפילה והתבודדות איז מען זוכה צו זען גרויסע ישועות.


ביים רבי'ן איז געווען שלום בית זייער א וויכטיגע זאך, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "זֶה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע זוכט צו מאכן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב, ער וויל נאר מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אזוי קען ער גרינגער אראפווארפן דעם מענטש אין עבירות, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד - לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, אזוי ווארפט ער זיי אראפ אין שמוציגע עבירות.


עס איז א טעות וואס מאכט זיך ביי א יונגע פארפאלק, מען מיינט אז שלום בית האט מען ווען ביידע - מאן און ווייב - טראכטן אייניג, ביידע האבן די זעלבע מחשבה, די זעלבע געפילן וכו'; דער טעות הייבט זיך אן איידער מען האט חתונה, מען גייט צו די חתונה מיט א פאלשע בליק אויפ'ן לעבן, מען גרייט זיך אז מען גייט טרעפן דעם פאר און אינאיינעם האבן די זעלבע וועג, און נאך די חתונה ווערט מען אנטוישט ווען מען זעט אז מען האט נישט די זעלבע וועג; מען הייבט אן זיך טענה'ן, מען הייבט אן זיך קריגן.


דאס איז א טעות; שלום בית איז נישט ווען ביידע טראכטן אייניג, אז ביידע טראכטן אייניג איז נישט שייך דאס ווארט "שלום", שלום איז טייטש ווען צוויי פארקערטע זאכן טרעפן זיך צאם און דאך איז מען בשלום. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן פ): "שֶׁמְּחַבֵּר תְּרֵי הֲפָכִים", ווען מען שטעלט צוזאם צוויי פארקערט זאכן - דאס איז שלום, אזוי ווי עס שטייט (איוב כה, ב): "עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בִּמְרוֹמָיו", דער אייבערשטער מאכט שלום אין הימל צווישן צוויי מלאכים. זאגט דער רבי (שם): "כִּי זֶה הַמַּלְאָךְ מֵאֵשׁ, וְזֶה מִמַּיִם", איין מלאך איז פייער און איין מלאך איז וואסער, "שֶׁהֵם תְּרֵי הֲפָכִים; כִּי מַיִם מְכַבֶּה אֵשׁ", זיי זענען צוויי פארקערטע זאכן, ווייל וואסער לעשט אויס פייער, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם וּמְחַבְּרָם יַחַד", גייט דער אייבערשטער און מאכט שלום צווישן זיי און ער באהעפט זיי צוזאמען; זעט מען וואס איז שלום, מחבר זיין צוויי פארקערט זאכן, עיין שם.


זייער אסאך גט'ן פאסירן צוליב דעם וואס מען חלומ'ט זיך אז מען גייט חתונה האבן מיט איינעם וואס גייט זיין אזוי ווי מיר, טראכטן ווי מיר, וועלן וואס איך וויל, טון וואס איך טו וכו' וכו', נאכדעם ווערט מען אנטוישט; אבער באמת איז בכלל נישטא אזא זאך אז צוויי מענטשן זאלן טראכטן אייניג, וועלן דאס זעלבע און האבן די זעלבע געפילן; שלום בית מיינט מען צו זאגן אז צוויי מענטשן וואס ביידע ווילן עפעס אנדערש דאך האבן זיי זיך ליב, ביידע זענען מוותר איינער פאר'ן צווייטן און זוכן דאס גוטס ביי יענעם.


זייט איר מחזק זי זאל קוקן גוט אויף איר מאן, וועלן זיי האבן א גוט לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.