שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי שטארק איך זיך אין כיבוד אב, ווען דער שבת טיש איז נישט געשמאק?
כיבוד אב ואם, שבת טיש, תפילות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך באדאנקען פאר די ליכטיגע שיעורים וואס זענען ממש א יחיד בדורינו מיט אזא קלארקייט פאר אונזער דור, לדעת את המעשה אשר יעשון. דער ראש ישיבה ציעט ארויס ממש מיט א צווענגל פון יעדן זיין גוטן חלק צו ווערן אן אמת'ער ערליכער איד, אזוי ווי די רבי האט געזאגט "ווי איך מיין א ערליכע איד". יעדע שיעור וואס ווערט געגעבן הערט זיך ארויס דערפון די אמת'קייט און תמימות און שטארקע מסירות נפש וואס דער ראש ישיבה האט אריינגעלייגט און לייגט אריין אין די שיעורים, עס האט ממש געעפנט מיין הארץ צום אייבערשטן מיט א שטארקע ווילן צו זיין גוט, און אויך אויף למעשה.


איך בין דער תכשיט אין מיין משפחה, יעדער קוקט מיר ארויף און מ'זאגט אז מ'זאל זיין אזוי ווי מיר, אבער למעשה גיי איך דאס יאר צום ערשטן מאל ענדיגן שנים מקרא ואחד תרגום מיט רוב רש"י, איך האב אנהויבן לערנען אסאך משניות, איך הייב אן צו וויסן "באמת" ווי אזוי די תורה זעט אויס, איך פרעג מיינע "חשובע" חברים זאכן פון חומש און זיי הייבן נישט אן צו וויסן, אזוי ווי איך האב נישט געוואוסט ביז דאס יאר.


מיין חבר איז געגאנגען נעמען חתן שיערים ביי איינער פון די גרויסע באקאנטע מדריכים, און יענער האט אים געזאגט איינמאל שטילערהייט בסוד סודות, "ווילסט וויסן ווער ס'האט די בעסטע שלום בית? ר' יואל רוטה'ס תלמידים! כ'זאג נישט אז איך האלט פון אים, אבער דער פאקט איז אז זיינע תלמידים האבן גאר גוטע שלום בית", ווען מיין חבר האט מיר דאס דערציילט האב איך געקלערט אז איך וועל אויספרובירן צו הערן די שיעורים, און ברוך ה' אז דאס האט מיר געשטעלט אויף די פיס און מיר געמאכט פאר מענטש און א איד, און איך האב עס געגעבן צו פארזוכן פאר נאך אינגעלייט.


איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה קען מיר שרייבן אביסל חיזוק בענין כיבוד אב ואם, אפילו ווען ס'איז מיר גייסטיש גאר שווער, מיין טאטע שפירט פאר וויכטיג ביי יעדע סעודה שבת ויום טוב מוחה צו זיין אויף פירצות און ארויסברענגן זיינע שיטות, ובפרט ווען זיינע קאפלס קומען, עס נעמט אוועק יעדע זיסער טעם פון אידישקייט, און ס'איז זייער נישט געשמאק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די מצוה פון כיבוד אב ואם איז זייער א הארבע מצוה, די הייליגע חכמים באטיטלען די מצוה (ירושלמי פאה א, א): "חמורה שבחמורות", הארבער פון דאס הארבסטע; די מצוה פון כיבוד אב ואם איז נישט נאר ווען עס איז באקוועם דעם מענטש, כיבוד אב ואם דארף מען טון אין אלע אומשטענדן, אויך ווען די עלטערן שרייען, זיי בייזערן זיך און זיי פארשעמען, אין אלע צייטן דארף מען זיי מכבד זיין.


וואס גייט דיר אן אז דיין טאטע איז מוחה וכו'? פארוואס זאלסטו קוקן אויף אים מיט זלזול? פארוואס זיך שעמען מיט א טאטע ווען ער האט זיין שיטה, זיין וועג - ווי אזוי ער פירט זיך? איך וויל דיר פרעגן, ווען דו זעסט א פרעמדער מענטש מוחה זיין, וואלט דיר עס אנגעגאנגען? ווען דו זעסט אין בית המדרש א פרעמדער מענטש שרייט און איז מוחה - וואלסטו זיך געשעמט? עס וואלט דיר געבאדערט? זיכער נישט, פארוואס זאל אנגיין וואס א צווייטער טוט? וואס זאל שטערן ווען איינער איז מוחה? פרעג איך דיר, ווייל עס איז דיין טאטע דארפסטו זיך אויפעסן? ווייל עס איז דיין טאטע דארפסטו זיך שעמען? ווער האט דיר געבעטן טראגן אחריות אויף אים? ווער האט דיר געבעטן דו זאלסט אים איינטיילן דעות? ווען דיין טאטע איז מוחה זאלסטו אים אויסהערן באימה וביראה, ווען ער זאגט זיינע שיטות זאלסטו חס ושלום זיך נישט אונטער לאכן. אז דו וועסט נישט נעמען קיין אחריות, דו וועסט נישט שפירן ווי דו דארפסט געפעלן פאר אנדערע - וועט דיר עס נישט אנגיין.


רוב קינדער שעמען זיך מיט זייערע עלטערן ווייל זיי מיינען אז זיי זענען אחראי ווי אזוי די עלטערן טראכטן, רעדן, טוען, און אזוי ווייטער. אנשטאט נעמען אחריות אויף זיך אליינס, אכטונג געבן זיך צו פירן ווי אזוי מען דארף זיך פירן - זוכט מען חסרונות ביי די עלטערן. אנשטאט פאררעכטן די אייגענע חסרונות און אכטונג געבן אויף טאטע מאמע, נישט אריינרעדן אין זייער הנהגה, נישט חוזק מאכן ווי אזוי זיי פירן די שטוב - איז מען פארנומען פאררעכטן די עלטערן.


אז דו ווילסט שפירן א זיסקייט אין אידישקייט, א טעם אין אידישקייט - זאלסטו גיין התבודדות, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל דיר שפירן, איך וויל דיר ליב האבן, איך וויל טון די מצוה מיט א ליבשאפט און א שמחה", בעט אויך דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל ליב האבן מיין טאטע מאמע, איך זאל זיי מכבד זיין און שעצן".


התבודדות און תפילה ברענגט זיסקייט און א טעם אין אידישקייט; אז דו וועסט זיך מתבודד זיין וועסטו ווערן א גרויסער ערליכער איד, עס וועט דיר שוין מער נישט שטערן ווי אזוי מענטשן פירן זייער שטוב, דו וועסט זען דאס שיינקייט ביי אלעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.