שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען מען זיך היטן די אויגן אויפ'ן גאס?
שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל נאכאמאל זאגן א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים מיט וואס איך בין זיך מחיה יעדן טאג פון פריש, און א ספעציעלן יישר כח פאר די ניגונים וואס מ'זינגט כסדר פאר'ן שיעור, איך ווער יעדעס מאל איבערגענומען פון די געוואלדיגע ניגונים, איך שפיר ממש ווי ס'הויבט מיר אויף, ס'נעמט מיר ארויס פון אלע וועלטליכע זאכן און עס ברענגט מיר אריין אין אזא ליכטיגע וועלט פון אמונה און תשובה.


איך האב געוואלט בעטן אן עצה. איך וואוין אויף א הויפט גאס אין מיין שטאט, און יעצט אין די זומער איז ממש א פחד צו גיין אויפ'ן גאס וואס איז פול מיט אזויפיל פריצות, און ס'איז מיר זייער שווער, טאג טעגליך דארף איך פירן מלחמות מיט מיר אליין אן אויפהער, ובפרט וואס די איינציגסטע וועג זיך צו היטן די אויגן איז נאר דורכ'ן אראפבייגן די אויגן ביז צו דער ערד, און דאס איז א שווערע זאך צו טון כסדר. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א עפעס עצות און חיזוק אויף דעם, ווייל איך האלט עס מער נישט אויס.


דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן בכפל כפלים אויף די אלע גוטס וואס איר האט געטון מיט מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר זענען אלע אין דעם זעלבן צרה, נישט קיין חילוק וואו מען וואוינט; מען קען ממש נישט גיין אין גאס זוממער, די גוים גייען אויסגעטון ווי די חיות און עס איז זייער שווער זיך צו היטן די אויגן. דער יצר הרע מאכט משוגע דעם מענטש ער זאל קוקן וואו עס גליסט זיך אים, און אז מען היט נישט די אויגן ווערט מען נאכדעם אפגעקילט פון אידישקייט.


אבער וויסן זאלסטו אז ווי גרויס און שווער דער יצר הרע איז, אלץ גרעסער זענען די הייליגע צדיקים וואס געבן אונז עצות לוחם צו זיין מיט'ן יצר הרע; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לו): ווען עס ברענט אינעם מענטש תאות ניאוף רחמנא לצלן, זאל ער זאגן דעם פסוק: "שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד", און: "בָּרוּךְ שֵׁם כְּבוֹד מַלְכוּתוֹ לְעוֹלָם וָעֶד"; ווייל מען קען נישט ניצול ווערן פון די תאוה נאר דורך אמונה, אז מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער איז דא, ער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, נאר אזוי קען מען זיך ראטעווען פון די שרעקליכע תאוה. אזוי אויך זאגט דער רבי (שם) אז אויב מען איז זייער פארזינקען אין די תאוה זאל מען וויינען בשעת מען זאגט די צוויי פסוקים און דאס וועט ראטעווען דעם מענטש פון זיין בלאטע; ווייל ווי נאר מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער איז דא, דאס ראטעוועט דעם מענטש פון עבירות.


ווען דו גייסט אין גאס זאלסטו אראפקוקן ביז דער ערד, אזוי ווי דער זוהר הקדוש דערציילט (פרשת קדושים פד.): "וְכַךְ הֲוָה רַבִּי שִׁמְעוֹן עָבִיד", דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי פלעגט זיך פירן, "כַּד הֲוָה אָזִיל בְּמָתָא וַהֲווּ חַבְרַיָּיא אַזְלִין אֲבַתְרֵיהּ", ווען ער איז געגאנגען אין גאס מיט זיינע תלמידים, "וְחָמָא לְאִינְתּוּ שְׁפִּירָאן", און עס זענען דארט געווען פרויען, "מָאִיךְ עֵינֵיהּ", האט ער אראפגעקוקט, "וַהֲוָה אָמַר לְחַבְרַיָּיא אַל תִּפְנוּ", און ער געזאגט פאר זיינע תלמידים דעם פסוק (ויקרא יט, ד): "אַל תִּפְנוּ אֶל הָאֱלִילִים", דער אייבערשטער איז דא, גייטס נישט נאך קיין שום אנדערע זאך.


בעט דעם אייבערשטן פאר דו גייסט ארויס פון שטוב; לייג די האנט אויף די מזוזה און בעט: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען היטן מיינע אויגן, איך זאל זיין ערליך", אזוי אויך פאר דו גייסט ארויס פון בית המדרש, אדער פון סיי וואו - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט אנקומען בשלום וואו דו דארפסט אנקומען.


אז דו וועסט היטן דיינע אויגן וועסטו זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים וואס וועלן שרייבן חדושי תורה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, חלק ב', סימן יט): "מִי שֶׁאֵין מִסְתַּכֵּל עַל נָשִׁים, זוֹכֶה שֶׁזַּרְעוֹ יְחַבְּרוּ פֵּרוּשִׁים עַל הַתּוֹרָה", ווער עס קוקט נישט אויף פרעמדע פרויען וועט זוכה זיין אז זיינע קינדער וועלן ארויס געבן ספרים פון חידושי תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.