שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך זיין רואיג ביים פרעגן א שאלה פון א דיין?
הלכה, סיפורי צדיקים, ספיקות, שמחה, דאווענען, חומרות, ריינקייט, בלבולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א גרויסע פראבלעם ווען עס קומט צו פרעגן שאלות פון א דיין, איך האב אלץ ספיקות און פחדים אז אפשר האב איך נישט גוט מסביר געווען מיין שאלה פאר'ן דיין, אפשר האט ער נישט גוט פארשטאנען וואס איך האב געפרעגט, אפשר האט ער נישט געזען אלעס וואס ער האט געדארפט זען, און אזוי ווייטער בין איך אלץ פול מיט ספיקות צי איך האב טאקע באקומען דעם ריכטיגן און אמת'ן פסק, זייער אסאך מאל רוף איך צוריק דעם דיין איבערפרעגן נאכאמאל, און אפילו דעמאלט לעב איך אין א כסדר'דיגע פחד אז אפשר האב איך נישט באקומען די ריכטיגע פסק הלכה, און אפשר וועט דאס חס ושלום שאטן פאר מיינע קינדער.


נאך א פראבלעם האב איך ביים דאווענען, איך בין אלץ נערוועז אז אפשר זענען מיינע קליידער געווארן אביסל נאס אדער שמוציג ביים ארויסגיין, און מען טאר נישט אזוי דאווענען.


ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט די אלע ספיקות און בלבולים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג זאגן, עמל"ק באטרעפט דאס ווארט ספ"ק; די זאך פון עמלק איז אריינברענגען ספיקות און בלבולים, צעטומלען דעם מענטש, ביז ער ווארפט אים אריין אין א מרה שחורה השם ישמרינו. דער ס"מ קומט צו יעדן איינעם מיט אן אנדערע וועג ווי אזוי ער קען אים צעטומלען, מיט דעם ווארפט ער אראפ דעם מענטש.


אז מען פרעגט דעם דיין א שאלה און דער דיין ענטפערט - טאר מען נישט נאכדעם איבער טראכטן 'אפשר האב איך נישט גוט מסביר געווען די שאלה?' 'אפשר האט דער דיין נישט געזען די גאנצע שאלה?' אפשר אהער און אפשר אהין; די אלע ספיקות איז חזיר טריף, עס איז פון מרה שחורה, עס איז נישט פון קדושה.


אזוי אויך די חכמות פון נישט דאווענען, ווייל אפשר זענען די קליידער שמוציג וכו' וכו'; אויף דעם זאגן שוין די הייליגע חכמים (ברכות כה.): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", די תורה איז נישט געגעבן געווארן פאר מלאכים; די גמרא זאגט דאס אז מען מעג ליינען קריאת שמע וכו'.


הלואי זאלסטו אריינלייגן דיינע חומרות און פרומקייטן אין די מצוה פון שמחה. מוהרא"ש זאגט, דאס וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רלה): "רָאוּי לְכָל אָדָם שֶׁיִּבְחַר לְעַצְמוֹ מִצְוָה אַחַת", עס איז גוט מען זאל זיך נעמען איין מצוה, "שֶׁבְּאוֹתָהּ הַמִּצְוָה יְדַקְדֵּק הַרְבֵּה וִיקַיֵּם אוֹתָהּ הַמִּצְוָה עִם כָּל הַחֻמְרוֹת וְהַדִּקְדּוּקִים", און מען זאל אריינלייגן אלע חומרות און דקדוקים אין די מצוה, אזוי ווי מען זעט אין די הייליגע גמרא, מען פרעגט די קינדער פון די הייליגע תנאים און אמוראים (שבת קיח:): "אָבִיךָ בְּמַאי זָהִיר טְפֵי", אין וואס פאר א זאך איז דיין טאטע געווען זייער געווארנט?


זאגט מוהרא"ש, וואס פאר א מצוה זאלן מיר נעמען פאר אונזער מצוה וואו מען וועט אריינלייגן אין דעם אלע חומרות און דקדוקים? שמחה! דער רבי האט אונז געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך; דארף מען זען דאס מקיים זיין מיט אלע חומרות, דאס הייסט אפילו מען האט נישט וויאזוי צו זיין פרייליך און פארוואס צו זיין פרייליך - דארף מען מחמיר זיין אין דעם.


לאז אפ דיינע חכמות, די חכמות הרג'עט דיר דיין לעבן, חכמות פירט דעם מענטש אין שאול תחתית. דער רבי האט געזאגט פאר רבי ראובן יוסל, א זון פון רבי ישראל שוחט, ווען ער האט געפירט א דין תורה און דער רבי האט געזען ווי ער זוכט אלע סארט חכמות: "דאס איז דיין טאטנ'ס חכמות, דיין טאטנ'ס חכמות טרייבן אים אין שאול תחתית", כידוע איז ער ארום געלאפן אין אלע שטעטלעך צו אלע רבנים מיט חומרות אויף חומרות; דער רבי האט אלץ חוזק געמאכט פון זיינע חומרות.


איך בעט דיר זייער, לאז אפ די אלע חכמות; אז דער דיין פסק'נט - איז גע'פסק'נט, נישטא קיין איבער טראכטן, נישטא קיין איבערקלערן. דער רבי איז געווען זייער שטארק קעגן חומרות (קוק נאך די שיחה; שיחות הר"ן, סימן רלה), אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (עבודה זרה ג.): "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא עִם בְּרִיּוֹתָיו", נאך זאגן זיי (ברכות כה.): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", דער אייבערשטער האט נישט געגעבן די תורה פאר מלאכים, נאר פאר אונז מענטשן לויט די וועג ווי אזוי מיר קענען דאס מקיים זיין, אפילו אויף דעם וואס שטייט פון די פריערדיגע (עיין ספר חרדים, פרק סא) אז יעדער איד זאל נעמען א מצוה און אין די מצוה זאל ער מקפיד זיין און מחמיר זיין מיט אלע הידורים וכו', מיינט מען אויך נישט צו זאגן מען זאל אריינלייגן אין די מצוה חומרות פון שטות, שגעון און מרה שחורה, נאר מדקדק זיין אן קיין נארישע חומרות; הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו מקיים זיין אלעס וואס דער אייבערשטער זאגט אין די תורה בפשיטות, ווייל דער עיקר אידישקייט איז תמימות ופשיטות, מען זאל זיך פרייען מיט די תורה ומצוות; עיין שם.


אפילו לגבי חומרות אום פסח האט דער רבי נישט געהאלטן אז מען זאל מקפיד זיין מיט חומרות וואס ברענגט מרה שחורה; דער רבי האט דערציילט (שיחות הר"ן, שם) אז ווען ער איז געווען יונג און ער האט נאכנישט געוויסט דאס שעדליכקייט פון חומרות וכו' איז ער אויך אריינגעפאלן אין דעם. ווען עס איז געקומען דער יום טוב פסח האט ער נישט געוויסט וואס צו טון; יעדעס מאל איז אים אריינגעקומען נאך און נאך חומרות, ביז איין מאל האט ער געטראכט צו זיך: 'וואס טוט מען צו האבן ריינע וואסער אויף פסח, ווי אזוי קען איך אכטונג געבן צו האבן ריינע וואסער אויף פסח אן קיין חשש חמץ?' דעמאלט איז געווען די סדר אז מען פלעגט אנשעפן וואסער פאר גאנץ פסח, אבער דער רבי האט געטראכט אז דאס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן ווייל מען קען נישט אפהיטן די וואסער פאר דעם גאנצן יום טוב אז עס זאל נישט צוקומען צו דעם קיין משהו חמץ, ביז דער רבי האט געטראכט אז דאס בעסטע וואסער וואלט געווען "קוואל וואסער", ווייל א קוואל האלט דאך אין איין קוועלן פרישע וואסער כסדר אן קיין שום חשש חמץ. אבער דארט וואו דער רבי האט געוואוינט איז נישט געווען קיין קוואל וואסער, האט ער געטראכט אוועק צו פארן מיט די משפחה אויף יום טוב צו א פלאץ וואו עס איז דא א קוואל, אזוי שטארק זענען געווען זיינע חומרות אויף פסח; האט דער רבי אויסגעפירט: "אבער ברוך השם אז היינט דארף איך נישט קיין חומרות, היינט ווייס איך אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים, היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליינס".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.