שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי היט מען אפ די קינדער פון שלעכטע מענטשן?
חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קדושה, קינדער, בית המדרש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


לעצטע יאר פורים איז געווען א מעשה אין א געוויסע שול אז א טאטע האט געזוכט זיין זון פאר א לענגערע צייט און האט אים צום סוף געטראפן שרייען פארשפארט אין א זייטיגע שטיבל מיט א מנוול רחמנא ליצלן.


זייענדיג לעצטנס ביי א שמחה איז מיין שוועגערין אריין אין א געפערליכע פחד פון דעם אז זי האט נישט געקענט הנאה האבן פון די שמחה, ווייל יעדע מינוט און א האלב האט זי נאכאמאל גערופן מיין ברודער זיכער צו מאכן אז ער האט זייער קינד.


איך ווייס נישט, קען זיין איך בין נישט די סארט מענטש, אבער איך קען נישט לעבן מיט אזעלכע פחדים. אפשר איז גרינגער צו בעטן דעם אייבערשטן צו האבן נאר מיידלעך? אויב דאס וועט זיין בעסער. אודאי דארף מען אכטונג געבן און רעדן פון דעם אבער צי דארף מען לעבן מיט פחדים?


אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיך ביטע מסביר זיין וואס איז די ריכטיגע וועג אין דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, ה' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מיינסטו, מיידלעך דארפן נישט קיין שמירה? מיידלעך דארפן מער שמירה ווי אינגלעך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נשא, י) אויפ'ן פסוק (במדבר ו, כד): "יְבָרֶכְךָ ה' וְיִשְׁמְרֶךָ, יְבָרֶכְךָ בְּבָנִים", דער אייבערשטער וועט דיר בענטשן מיט קינדער, "וְיִשְׁמְרֶךָ בְּבָנוֹת", און דיר אפהיטן מיט דיינע טעכטער; זעט מען אז מיידלעך דארפן האבן מער שמירה ווי זין.


די ריכטיגע וועג איז אנצוגרייטן די קינדער פאראויס זיי זאלן נישט אריינפאלן אין די הענט פון מניוולים. ערשטנס דארפן עלטערן אויסלערנען די קינדער זיי זאלן נישט גיין מיט א פרעמדער מענטש, קיינמאל נישט אריינגיין אין א פרעמדע שטוב אדער קאר, און אזוי אויך ווען מען גייט אין שול אדער צו א שמחה - נישט צו גיין אין שטילע ליידיגע פלעצער.


אזוי אויך דארף מען רעדן צו די קינדער - סיי אינגלעך, סיי מיידלעך, קלאר און דייטליך - נישט זיך לאזן אנרירן אין פריוואטע פלעצער, און אויב חס ושלום איינער וויל טון עבירות, ער וויל אנרירן אין פריוואטע פלעצער וכו' - זאל עס זיין אפילו א נאנטער מענטש, איינעם וועם מען קען; א פעטער, א ברודער וכדומה - זאלסטו אנטלויפן און רופן פאר הילף. מען דארף רעדן צו קינדער ווען זיי זענען נאך ריין און געזונט, זיי זאגן: "עס זענען דא קראנקע מענטשן, פון אינדרויסן זעט מען דאס נישט אן, מען דארף זיך אכטונג געבן פון זיי; אויב זיי ווילן אנכאפן ביים אות ברית קודש - זאלסטו נישט מורא האבן צו שרייען אויף יענעם, און זאלסט קומען דערציילן".


מי לנו גדול פון דער הייליגער סאטמער רבי זכותו יגן עלינו וואס האט געהייסן די מלמדים רעדן צו די קינדער פון קדושה; עס איז היינט שוין געדרוקט די דרשות פון אסיפות מלמדים, ווי מען פרעגט דעם רבי'ן זכותו יגן עלינו וואס מען זאל טון, יא רעדן צו די קינדער פון קדושה אדער נישט רעדן פון קדושה? דער רבי ענטפערט: "אודאי זאל מען רעדן!" מען האט גע'טענה'ט מיטן רבי'ן, אפשר זאל מען נישט רעדן; דער סאטמער רבי האט אלעס אוועקגעמאכט און געהייסן זיינע מלמדים רעדן צו די קינדער פון קדושה. היינט זעט מען ווי גערעכט ער איז געווען, ווען עס קומען ארויף טאג טעגליך מעשיות, מענטשן דערציילן ווי זיי זענען געווארן גע'הרג'עט דורך מניוולים, און נאכאלץ זענען דא פאר'עקשנ'טע מענטשן מיט שיטות נישט צו רעדן. א רחמנות אויף א קינד וואס פאלט פאר א מניוול, עס וואלט אים שוין ענדערש געווען צו פאלן אין די הענט פון א רוצח און איין מאל שטארבן, ווי צו האלטן אין איין שטארבן א גאנץ לעבן.


עלטערן דארפן בעטן דעם אייבערשטן די קינדער זאלן בלייבן ריין, זיי זאלן בלייבן ערליך; לעבן מיט פחדים יעדע רגע 'וואו זענען די קינדער?' - איז נישט די וועג, פון די אנדערע זייט, לאזן די קינדער הפקר - איז זיכער נישט די וועג, מען דארף נעמען די מיטל וועג, אכטונג געבן אויף די קינדער, וויסן מיט וועם זיי חבר'ן זיך. ווען מען קומט אין שול דארף מען האלטן די קינדער מיט זיך, קליינע קינדער איז שווער זיי זאלן זיצן א גאנץ דאווענען, דארף מען מיט ברענגען קליינע שפילצייג מיט וואס די קינדער קענען זיך האלטן באשעפטיגט אין די צייט פון דאווענען, פארשטייט זיך עס זאל נישט מאכן קיין גערודער, נישט שטערן דאס דאווענען; מען ברענגט מיט גוטע זאכן און ווען די קינדער דאווענען מיט - האט מען זיי מיט וואס צו באלוינען.


וואויל זענען די עלטערן וואס זענען מחנך די קינדער, וואס בעטן פאר די קינדער - וועלן זיי זוכה זיין צו ליכטיגע דורות.


 דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.