שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס טוט מען ווען מ'פילט זיך ליידיג?
קדושה, לימוד התורה, עצבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס טוט מען ווען מ'פילט זיך ליידיג, מ'שפירט די נשמה איז ליידיג, און מ'פילט דעם טויט?


דאס האט נישט קיין שייכות מיט'ן מציאות, ס'קען זיין געשמאקע אנגעפילטע טעג מיט אסאך גוטע זאכן, אדער פשוטע נארמאלע געווענליכע טעג, אבער אינעווייניג אין הארץ שפירט מען אז הרגשה פון ליידיגקייט, מ'שפירט נישט קיין שום סיפוק הנפש אין לעבן, און דאס הרג'ט ממש אוועק דעם מענטש.


דאס פאסירט ביי מיר זייער אסאך, און איך קען עס ממש נישט נעמען. איז דא עפעס וואס איך קען טון צו דעם?


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק, און איך האף איר וועט מיר קענען ארויס העלפן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו דערמאנסט מיר א מעשה וואס מוהרא"ש פלעגט דערציילן פון הרב הקדוש רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, אז א איד אין די אכציגער יארן איז אמאל געקומען צו אים און געוויינט: "רבי, עס איז מיר נמאס דאס לעבן איך וויל שטארבן!" האט אים דער הייליגער רבי אברהם קאליסק'ער געזאגט: "דו טיפש וואס דו ביסט, עס לוינט זיך צו לעבן אכציג יאר אבי צו לייגן תפילן איינמאל אין לעבן, און דו ווילסט שטארבן?!" דו קענסט דאך לייגן תפילין נאך א טאג וועסטו זוכה זיין צו אייביגע גוטס, דער אייבערשטער וועט דיר מוחל זיין אלע דיינע עבירות.


דאס וואס דו שפירסט זיך ליידיג און פיסט, דו שפירסט דעם טויט - דאס קומט פון עבירות. ווען א מענטש זינדיגט, ער היט זיך נישט זיינע אויגן און ער קוקט עבירות ביז ער פאלט אראפ אין פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן רחמנא לשיזבן, די עבירה מאכט אים דעפרעסט און צעבראכן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נ): "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶנִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם", פון די עבירה קומט די מחלה וואס הייסט 'ברעכעניש' - דער מענטש ווערט צעבראכן אויף שטיק שטיקלעך און שפירט נישט קיין טעם אין זיין לעבן.


די עצה ארויס צו קריכן פון די שלעכטע געוואוינהייט - איז תפילה והתבודדות, מען דארף שרייען צום אייבערשטן אז מען זאל קענען ארויסגיין פון די ביטערע עבירה.


נאך א עצה האב אים פאר דיר און פאר אלע וואס זוכן צו האבן א טעם אין לעבן, א געשמאק אינעם טאג טעגליכע לעבן, - זאלסט פאלגן דעם רבי'ן און אנהייבן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). נעם היינט א משניות און הייב אן זאגן די ווערטער פון מסכת ברכות; גיי כסדרן א פרק נאך א פרק, זאג די ווערטער אויפ'ן קול. אפילו דו פארשטייסט ניטאמאל די פשוט'ע טייטש - זאלסטו זאגן די ווערטער. אזוי זאלסטו טון ביז דו וועסט ענדיגן מסכת ברכות, נאכדעם גיי צו די קומענדיגע מסכתא ביז דו וועסט ענדיגן א סדר און ווען דו ענדיגסט א סדר זאלסטו ווייטער זאגן פרקים משניות ביז דו וועסט ענדיגן ששה סדרי משנה, נאכדעם זאלסטו אנהייבן נאכאמאל משניות וכו' וכו', אזוי זאלסטו טון דיין גאנצע לעבן.


אזוי זאלסטו אויך טון מיט גמרא; הייב אן ש"ס כסדרן דיקא. נעם מסכת ברכות און הייב אן זאגן די ווערטער פון די הייליגע גמרא; זאג א בלאט נאך א בלאט ביז דו וועסט ענדיגן די גאנצע מסכתא, נאכדעם זאלסטו אנהייבן מסכת שבת, אזוי זאלסטו גיין כסדרן ביז דו וועסט ענדיגן גאנץ ש"ס, אפילו אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, דאך זאלסטו ווייטער לערנען אן פארשטיין; זאג די הייליגע ווערטער פון די תורה, דאס וועט אריין בלאזן אין דיר א פרישע חיות און א געשמאק אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.