שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס איז דער גדר פון "קדש עצמך במותר לך"?
הלכה, קדושה, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב שוין געלערנט אסאך פסוקים תנ"ך, אסאך פרקים משניות, אסאך בלעטער גמרא, און אסאך סימנים אין שלחן ערוך, און אסאך זיך אויסגערעדט צום אייבערשטן, אין זכות פון די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך האב געזען דעם בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געענטפערט איבער וואס איז די ריכטיגע וועג צו לערנען מיט חתנים, און דער ראש ישיבה שרייבט דארט אז די וועג איז צו לערנען נאר די הלכות פון שלחן ערוך, און נישט צולייגן קיין חומרות ופרישות.


איך בין אבער נאכאלץ צעמישט, ווייל אין שלחן ערוך אליין זעט מען אויך אז מ'דארף זיך הייליגן אפילו מיט זאכן וואס מ'מעג, "ואף על פי שמותר בכל אלה, כל המקדש עצמו במותר לו קדוש יאמרו לו", און אזוי זעט מען אויף עטליכע פלעצער אין שלחן ערוך אז מ'דארף זיך יא הייליגן און נישט טון אלעס וואס מ'מעג.


ס'איז נישט אז איך בין אינגאנצן אויסגעטון פון די וועלט, איך וויל אבער יא וויסן קלאר וואס איז די אידישע השקפה, ווי אזוי א איד דארף זיך פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער שווער צו שרייבן פון דברים של בינו לבינה ווייל די בריוו קומען אן איבעראל; אלע ליינען די בריוון, דערפאר קען מען נישט שרייבן, אבער בדרך רמז קען מען אביסל שרייבן, בבחינת (משלי ט, ט): "תֵּן לְחָכָם וְיֶחְכַּם עוֹד".


דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות כ.): "קַדֵּשׁ עַצְמְךָ בַּמֻּתָּר לָךְ", מיינט מען צו זאגן פארקערט, אז א מענטש זאל זיך הייליגן צוזאמען מיט זיין ווייב כדי ער זאל נישט אראפפאלן אין ביטערע עבירות. אזוי זאגט דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה (ליקוטי הלכות יום הכיפורים הלכה א, אות א): "מִי שֶׁאֵינוֹ נָשׂוּי הוּא פָּגוּם בִּבְרִית", ווער עס האט נישט חתונה, ער לעבט אליינס – דער איז פגום בברית; דעריבער האט דער רבי זייער מקפיד געווען אז מען זאל נישט קומען צו אים פאר די חתונה, דער רבי פלעגט זאגן פאר בחורים: "זאלסט צוריק קומען מיט א טלית"; ווייל נאר מיט א ווייב קען מען זיין הייליג און געראטעוועט ווערן פון עבירות.


עס איז דא אסאך צו שרייבן אין דעם ענין, עס איז אבער פארשטענדליך אז עס איז נישט שייך צו שרייבן בפרטיות; נאר דאס דארף מען וויסן אז די אלע וואס פאלן אריין אין ביטערע עבירות קומט דאס נאר ווייל מען האט זיי געלערנט חומרות יתירות, די מדריכים לערנען זיי אויס צו זיין אפגעשיידט וכו' וכו', ממילא דארפן זיי נאכדעם גיין זוכן עבירות רחמנא לצלן.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג דערציילן פון הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכר צדיק לברכה (בעל מחבר ספר "באור הלקוטים"), ער פאר זיך איז געווען גענצליך מובדל ומופרש פון די וועלט, מיט דעם אלעם ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות בענינים שבינו לבינה וכו', פלעגט ער שטענדיג זאגן: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת"; דאס הייסט מען זאל זיך אכטונג געבן צו היטן הלכות טהרה, מען זאל חזר'ן הלכות טהרה צו וויסן נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער נישט צולייגן קיין שום פרישות, נאר ווען מען מעג - מעג מען אלעס וכו' און אין די אנדערע טעג זאל מען היטן אלע הלכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.