מיט פערצן יאר צוריק, אין די יעצטיגע טעג, גלייך נאך פסח תש"ע, האט דער אייבערשטער געהאלפן אז דער ראש ישיבה מיט נאך א הייפעלע פון אנשי שלומינו זענען אריינגעשפרינגען אינעם ים, און בס"ד געעפענט די טויערן פונעם נייעם חדר "היכל הקודש", וואס האט זיך דאן געעפענט אין וויליאמסבורג מיט בלויז עטליכע קינדער.
 
עס איז נישט דורך מער פון עטליכע יאר, און פון דעם איז זיך עס ברוך ה' צואוואקסן צו די פילע פארצווייגטע מוסדות "היכל הקודש", חדרים, מיידל שולעס, כוללים, און נאך, וואס האבן זיך געעפנט זייט דעמאלט אין וויליאמסבורג, קרית יואל, אין ברסלב ליבערטי, אין ירושלים, אין בני ברק, און אין טבריה.
 
די מוסדות היכל הקודש האבן שוין היינט גאר א ווייטע אפקלאנג, אלס א פלאץ וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט תורה תפלה און יראת שמים על דרך ישראל סבא, מיט די אלע הייליגע עצות פון הייליגן רבי'ן, אויפ'ן וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, דער דער ראש ישיבה שליט"א איז ווייטער ממשיך.
 
הכרת פניהם ענתה בם. ווי עס זאגן עדות אלע עלטערן, זעט מען אויף די תלמידים ותלמידות א געוואלדיגע חן, אן איידלקייט, אן ערליכקייט און א תמימות וואס מען טרעפט נישט געווענליך. דאס קומט נאר פון די הייליגע תורה וואס די קינדער לערנען פלייסיג וואס די תורה איז אילת אהבים ויעלת חן, און פון דעם וואס די קינדער רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, וואס דאס הייליגט און איידלט אויס דער מענטש.
 
די קינדער'ס ליפן שאקלען זיך כסדר און רעדן און שמועסן שטענדיג מיט'ן אייבערשטן, אלץ האבן זיי צו פארציילן ניסים ונפלאות וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט זיי, זיי דערציילן "מעשיות פון תפלה", ווי דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן און האט צוגעהערט צו די תפילות וואס זיי האבן געבעטן.
 
מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט אז ווען די אמונה ווערט איינגעבאקן אין די יונגע הערצערלעך, דאן וועלן זיי שוין לעבן מיט'ן אייבערשטן זייער גאנץ לעבן, די ריינע אמונה וועט מיטוואקסן מיט זיי אלע יארן, זיי וועלן שוין קיינמאל נישט אוועקגיין פונעם אייבערשטן. אין יעדן מצב וואס זיי וועלן נאר זיין, וועלן זיי וויסן אז זיי האבן זיך צו וועם צו ווענדן, דער אייבערשטער איז מיט זיי שטענדיג, און ער וועט זיי קיינמאל נישט פארלאזן.
 
עס איז מערקווירדיג איבערצוגיין וואס מוהרא"ש האט דערציילט פאר'ן ראש ישיבה מיט פערצן יאר צוריק ווען ער איז געזעס ן ביי מוהרא"ש יענעם חול המועד פסח און איז איבערגעגאנגען אלע פרטים איבער די נייע תלמוד תורה, האט מוהרא"ש דאן דערציילט וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין וויליאמסבורג ווען מען האט געגרינדעט דער ערשטער ברסלב'ער בית המדרש אין וויליאמסבורג מיט איבער פופציג יאר פריער.
 
אין יענע יארן איז ברסלב געווען א מושג פון וואס זייער ווייניג האבן בכלל געהערט דערפון, אין אינעם ברסלב'ער בי ת המ דרש האט מען זיך דאן זייער געמוטשעט מיט מנין. ביי איין געלעגענהייט האט זיך דער גבאי פון בית המדרש אויסגערעדט פאר מוהרא"ש - וואס איז נאך געווען דאן א פרישער יונגערמאן - ווי שטארק ער מוטשעט זיך צוזאמצושטעלן דער מנין יעדן שבת. האט מוהרא"ש זיך צושמייכלט און זיך אנגערופן, "זארגט נישט, דא אין וויליאמסבורג וועט נאך זיין א ברסלב'ע תלמוד תורה!", און ווען עס איז דעמאלט אריבערגעפארן דארט באסעס פון פארשידענע חדרים, האט מוהרא"ש זיך אנגערופן צו אים, "דו זעסט די באסעס? אזוי וועלן ארום פארן באסעס וואס וועט שטיין געשריבן אויף זיי "תלמוד תורה ברסלב וויליאמסבורג".
 
פאר'ן גבאי וואס האט דאס געהערט האט דאס אויסגעזען ווי א גרויסער גוזמא, האט ער זיך אנגערופן צו מוהרא"ש, "איר חלומ'ט בהקיץ!", "יעצט" - האט מוהרא"ש אויסגעפירט פאר'ן ראש ישיבה - "זעט מען ברוך השם אז דער חלום איז מקוים געווארן"!
 
שטייענדיג פערצן יאר שפעטער, זעט מען די הערליכע פירות וואס זענען ארויסגעקומען פונעם חדר, טייל פון די ערשטע קינדער אין חדר זענען שוין היינט מלמדים מומחים אין די מוסדות, אלע זענען אויפגעוואקסן לשם ולתפארת מיט א ברען צום הייליגן באשעפער.
 
והודעתם לבניך ולבני בניך!