מיר זענען שוין אריינגעפארן אין אזיע, וועלן מיר גיין באזוכן דעם "מיטל מזרח" דאס איז א געגענט וואס באשטייט פון פילע לענדער וואס זענען בעיקר אין אזיע, אבער נעבן ווי אייראפע אין אזיע ענדיגן זיך. די וויכטיגסטע פלאץ ביי אונז איז ארץ ישראל וואס געפונט זיך אין יענעם שטח, ווען מיר לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים זעען מיר כסדר ווי ארץ ישראל און אמונה גייען צוזאמען, מען זעט וואס דער רבי שרייבט איבער די גרויסע השגות וואס ער האט דערגרייכט נאכדעם וואס ער איז געווען אין ארץ ישראל, ארץ אשר עיני ה' אלוקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה. רבי נתן שרייבט פילע מאל אז דאס גייט ביידע וועגן, אמונה איז ארץ ישראל, און ארץ ישראל איז אמונה, ווען מיר לעבן מיט אמונה, זענען מיר זוכה צו די אלע גרויסע זאכן וואס ארץ ישראל ברענגט. דאס דארף מען אפילו נישט שרייבן אז מען רעדט חלילה נישט פון די ממשלת הציונים, וואס דאס איז היפך אמונה, היפך שמירת התורה והמצוות רחמנא ליצלן. מען קען נישט שרייבן איבער דעם אן דערמאנען וויפיל מאל מוהרא"ש זי"ע האט געבליטיגט זיין גאנץ לעבן אויף די מיליאנען אידן וואס ווערן דורך זיי נתחנך אן קיין שמע ישראל, מיט א שנאת הדת, און וויפיל מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנץ לעבן צו מפיץ זיין די אמונה צו די קינדער פונעם אויבערשטן וואס זענען נעבעך פארלוירן געווארן.
 
די מיטל מזרח איז א ראיאן וואס איז מער ווייניגער הייס און מדבר'דיג, צווישן די באקאנטע לענדער דארט ציילן זיך מצרים (וואס איז אין אפריקע.) אזוי אויך זענען צווישן זיי די לענדער פון איראן, איראק, סאודי אראביע, די עמיראטן, תימן, וואס זיי אלע זענען אין אזיע, און אזוי אויך טערקיי וואס געפונט זיך רוב אין אזיע אבער אויך אין אייראפע.
 
רוב איינוואוינער אין מיטל מזרח זענען מוסלמענער, אבער נישט אלע זענען אראבער, די טערקן ווערן גערעכנט אלץ א פאלק פאר זיך, "טערקן" און כאטש זיי זענען מוסלמענער, זיי פאלגן נאך דעם צודרייטן מוכאמאד, זענען זיי אבער נישט קיין אראבער. אזוי אויך די איראנער זענען "פּערסן" און נישט קיין אראבער.
 
דער שטח הייבט זיך אן פון אויבן רעכטס אין אזיע צווישן די "סטאן" לענדער ביי אפגאניסטאן און איראן, דערנאך קומען אלע לענדער אינעם אראבישן האלב אינזל, ארויף ביז טערקיי, און דערנאך די לענדער פון אפריקע וואס גרעניצן זיך מיטן ים סוף און מיט'ן מיטלענדישן ים. דער מיטל מזרח איז ארום גענומען מיט פילע טייכן און ימים, פון אויבן רעכטס איז דער קאספישער ים, דערנאך דער שווארצער ים (דורך וועלכע מען קען פארן מיט א שיף צווישן טערקיי און אדעסא אוקריינא), און נאך טערקיי קומט דער באקאנטער מיטלענדישער ים וואס איז צווישן אייראפע אזיע און אפריקע, און פונקט אינמיטן דעם שטח קומט אריין דער ים סוף (אדער דער "רויטער ים") אויף וועלכע מיר וועלן פארציילן פאר אונזערע קינדער פסח ביינאכט די נסים וואס דער אויבערשטער האט געטון מיט אונזערע עלטערן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים.
 
און באמת נאר דאס איז אונז נוגע. שטודירן די אלע מלחמות און איבערקערענישט מיט וואס דער שטח איז וואויל באקאנט וועט אונז גארנישט רייכער מאכן. נאר דאס רעדן פון די אמונה און ווי דער אויבערשטער געבט זיך אפ מיט אונז און ווארט מיר זאלן זיך ווענדן צו אים דאס איז אויף וואס מיר דארף פאקוסן.
 
ראתה שפחה על הים מה שלא ראה יחזקאל בנבואה
 
אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.