דעם יום טוב פסח האבן די איינוואוינער פון קרית ברסלב ליבערטי געהאט די זכיה זיך צו געפונען במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט געוויילט אין שטעטל א גאנץ יום טוב.
 
ווי די חשובע איינוואוינער פון שטעטל געבן איבער, איז עס געווען גאר א הערליכער און דערהויבענער יום טוב פסח, מען האט זיך מחי' געווען און הנאה געהאט יעדע מינוט, און עס וועט בלייבן איינגעקריצט אין די ביינער פאר א לאנגע צייט.
 
דער ראש ישיבה שליט"א איז שוין ארויסגעפארן עטליכע טעג פאר יום טוב, צו קענען צוגרייטן דעם יום טוב ווי עס דארף צו זיין, און במשך די פאר טעג האט דער ראש ישיבה שליט"א אסאך עוסק געווען אין אלע קהל'ישע ענינים וואס פעלט אויס פאר'ן שטעטל.
 
מען האט געבאקן דאס יאר ערב פסח מצות אינעם מצה בעקעריי אין שטעטל, גלייך ביי חצות האט מען אנגעהויבן באקן די מצות מיט גרויס שמחה, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט הלל.
 
אין לויף פונעם יום טוב האט דער ראש ישיבה שליט"א אסאך גערעדט און פארגעלערנט און מחזק געווען אידישע קינדער, בעיקר מיט דעם "פה-סח", די אידן זענען געווען אין מצרים, געארבעט שווער און געליטן ביטערע צרות, ביז משה רבינו איז געקומען און זיי אויסגעלערנט צו רעדן און שרייען צום אייבערשטן, ווייל נאר דאס איז די איינציגסטע וועג ארויס פון אלע צרות, און אזוי האט ער זיי ארויסגענומען פון מצרים. און דאס דארפן מיר אויך טון היינט צו טאגס, אין סיי וועלכע צרה א מענטש איז נאר אריינגעפאלן, האט ער נאר איין אדרעס, זיך צו ווענדן צום אייבערשטן, זיך אויסרעדן צו אים דאס גאנצע הארץ, און אזוי וועט ער אויסגעלייזט ווערן פון אלע זיינע צרות און פראבלעמען.
 
אויך האט מען גערעדט ווי מ'דארף זוכן די גוטע נקודות, דאנקען אסאך דעם אייבערשטן אויף אלע גוטע זאכן וואס ער געבט אונז, און אזוי ווערט די הארץ געעפנט און מ'קען גרינגער רעדן און בעטן דעם אייבערשטן. ווען א איד געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן האט ער א גליקליכע און געשמאקע לעבן ברוחניות ובגשמיות. אין א בריוו שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א, "אודאי דארף מען בעטן און בעטן דעם אייבערשטן, אבער מען דארף אכטונג געבן; אסאך מאל ווען מען איז אזוי אריינגעטון נאר אין בעטן - קען מען אמאל אריינפאלן אין דחיקת השעה, מען קען צומאל האבן אזוי ווי טענות 'איך בעט און בעט און גארנישט, איך באקום נישט קיין ענטפער'; דעריבער איז זייער וויכטיג ווען מען בעט דעם אייבערשטן - אים צו דאנקען און לויבן, זוכן גוטס, זוכן נקודות טובות. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן ח"א ל"ג) אויפ'ן פסוק (קהלת ז, יד): "ביום טובה", ווען עס גייט גוט, דו שפירסט דעם אייבערשטן, "היה בטוב", דאס איז גוט, לעב מיט דעם הרגשה, אבער וויסן זאלסטו "וביום רעה", ווען דו שפירסט גארנישט, אלעס איז פארלאשן, דו זעסט נאר שלעכטס, "ראה" - זוך אויף אלוקית, זוך אין די חושך דעם אייבערשטן, דאנק דעם אייבערשטן. דאס האב איך דיר געמיינט צו זאגן אז דו זאלסט נישט נאר עוסק זיין אין בעטן דעם אייבערשטן, דו דארפסט אויך אין די צייט פון בעטן - דאנקען, אזוי וועסטו זען דאס רחמנות פונעם אייבערשטן, וועסטו נישט אריינפאלן אין עצבות".
 
דאנערשטאג חול המועד האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיעור צוזאמען מיטן סיום הש"ס פון הבחור יוסף ב"ר שמחה סאלז הי"ו, מען קען עס הערן אויפ'ן טעלעפאן ליין "קול ברסלב", און אויפן "ברסלב סענטער" וועבסייט. א לענגערע אויספירליכע באריכט איבער'ן הערליכן יום טוב אין שטעטל, וועט בעז"ה נאכפלאגן.
 
אויך אין אלע בתי מדרשים "היכל הקודש" אין אלע געגנטער, זענען די ארטיגע אידן זיך צוזאמגעקומען און געדאווענט אינאיינעם במשך דעם יום טוב, און זיך געשטארקט מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, וואס זענען מחי' און מחזק יעדן איד אין יעדן מצב.
 
חסל סידור פסח כהלכתו!