:איך וויל מיין נדבה זאל גיין צו

  • ישיבה
  • וועבסייט
  • הדפסה

יעדער בחור א לעבעדיגע וועלט!

ישיבה תפארת התורה היכל הקודש ברסלב איז שוין היינט ברייט באקאנט איבער די גאנצע וועלט, ס'איז איבריג ארויסצוברענגען די געוואלדיגע מעלות פון די הייליגע ישיבה וואס האט שוין געברענגט אזויפיל בחורים צום אייבערשטן, א ישיבה וואו די בחורים האבן ליב דעם ראש ישיבה און ווילן נאר פאלגן וואס ער זאגט, די בחורים זיצן און לערנען מיט גרויס התמדה, דאווענען מיט אן ערליכקייט, אנגעפילט מיט יראת שמים און מדות טובות. אבער די ישיבה איז שוין היינט נישט נאר אינעם בנין הישיבה, די שיעורים וואס דער ראש ישיבה שליט”א זאגט אין ישיבה, ווערן שוין היינט פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט, פילע טויזנטער בחורים און אינגעלייט און אפילו עלטערע אידן לערנען אין ישיבה... זיי האלטן מיט די געוואלדיגע דרשות און שיעורים, וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט איבער וואס מוהרא"ש האט געלערנט די הייליגע עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, וואס לעבט אויף און איז מחיה און מחזק יעדן איד, אין וואסערע מצב ער געפינט זיך נאר. איר קענט אויך האבן א חלק אין די הייליגע ישיבה, מיט דעם וואס ער וועט מנדב זיין ארויסצוהעלפן די ישיבה, אז מען זאל ווייטער קענען אנגיין מיט עבודת הקודש אן קיין שטער פון געלט. נעמט א חלק אין די הוצאות, און איר האט א גלייכער חלק אין די געוואלדיגע שכר וואס דער אייבערשטער געבט פאר דער וואס איז מקרב אידן צו אים.

בין כותלי הישיבה, צו די גאנצע וועלט!

אין די היינטיגע טעכנעלאגישע וועלט, ווען פילע מענטשן זענען אנגעשלאסן צו זייער קאמפיוטער און טעלעפאן צו קענען זיין פארבינדען מיט די גרויסע וועלט, קען מען מקרב זיין פילע אידן צום אייבערשטן דורכ'ן צושיקן צו זיי די אלע שיעורים און דרשות, ספרים און קונטרסים, דורך דעם וועבסייט וואס מיר האבן אויפגעשטעלט בסייעתא דשמיא. ערליכע אידן לייגן ארויף א פילטער אויף זייערע כלים, צו זיין אפגעהיטן פון אלע שלעכטע זאכן צו וואס מען קען ליידער אזוי גרינג צוקומען, דעריבער האבן מיר זיך אנגעשטרענגט און אריינגעלייגט שווערע צענדליגע טויזנטער דאלארן צו קענען האבן אן אייגענעם וועבסייט, וואס זאל זיין אפגעהיטן בלויז פאר גוטע און ערליכע זאכן. טויזנטער מענטשן באזוכן יעדן טאג דעם וועבסייט, און זענען זיך מחיה מיט די פילע שיעורים, שאלות ותשובות, בריוון, און נאך; פול מיט חיזוק און עצות פאר'ן טאג טעגליכן לעבן. ועוד ידינו נטויה, מיר האבן נאך גאר אסאך אינטערעסאנטע און נוצבארע אפטיילונגען וואס דארפן נאך ווערן צוגעלייגט צום וועבסייט, אבער דאס אלעס קאסט אפ שווערע געלטער. מיט דעם וואס נעמט א חלק אין די גרויסע קאסטן, האט איר א גלייכער טייל אין די עבודת הקודש פון מחי' זיין אזויפיל אידישע קינדער. אויב האט איר הנאה פון דעם וועבסייט, ווילט איר דאך אוודאי אז נאך אידן זאל הנאה האבן דערפון, און איר ווילט זיכער אז מען זאל עס נאך מער פארשענערן און פארברייטערן. זייט אייך משתתף ברוח נדיבה, און דער זכות וועט אייך ביישטיין אז איר זאל געהאלפן ווערן בכל מיני ישועות.

נאך א ספר, העלפט נאך א איד!

"קרן הדפסה היכל הקודש" האט זיך גענומען פאר א ציל צו דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און עס צושפרייטן איבער די גאנצע וועלט, און מיט דעם מקרב זיין אזויפיל אידישע קינדער צום אייבערשטן. יעדעס יאר ווערט געדרוקט מיליאנען ספרים און קונטרסים בלי שום גוזמא, און זיי ווערן צושפרייט איבער אלע אידישע געגנטער פאר עטליכע פרוטות. טויזנטער אידן זאגן עדות אז זייער לעבן האט זיך געטוישט נאכדעם וואס זיי האבן באקומען א ספר אדער א קונטרס וואס האט זיי געעפנט די אויגן צו זען אז ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, און ער הערט אויס יעדן איינעם צו יעדע צייט. די געוואלדיגע עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן, בלאזט אריין א חיות אין יעדן וואס הערט זיך צו צו זיינע רייד. פארשטייט זיך אז די עטליכע פרוטות וואס מען צאלט פאר א ספר, קען נישט אויסצאלן די אומגעהויערע הוצאות פון דרוקן אזויפיל ספרים. מיט דעם וואס איר נעמט א טייל און איר זענט זיך משתתף ארויסצוהעלפן צו דרוקן די ספרים, וועט איר זוכה זיין צו די געוואלדיגע ברכות וואס דער הייליגער זוהר זאגט אויף דעם וואס איז מקרב אידן צום אייבערשטן.

וועהלט דא אויס אייער זכות און סכום

:שיק אימעיל איבער מיין נדבה צו

  • {{notifyees[idx].error}}
+

אייער אינפארמאציע

{{donator.errors.email}}

קרעדיט קארד אינפארמאציע

{{card.errors.number}}
Exp date and/or cvv are incorrect
{{card.errors.zip}}
{{card.errors.name}}