קרעדיט ר' אברהם משה שטראססער
 
נייע קאלום "א דאנק א טעות…!"
איך האב באמערקט אז אינעם בלעטל פון פרשת ויצא האט מען אריינגעלייגט א בילד פונעם ראש ישיבה שליט"א ווי ער רופט אויס מוהרא"ש זי"ע צו מצוה טאנץ ביי די חתונה פון מו"ה יואלי לעווי הי"ו, אונטערן בילד איז געשטאנען געשריבן: "דאס איז די ערשטע מאל וואס דער ראש ישיבה האט אויפגערופן מוהרא"ש צו מצוה טאנץ", עס איז מיר אריינגעקומען אין געדאנק, איך האב געוואלט מעורר זיין איבער די טעות, ווייל נישט ביי מו"ה יואלי לעווי'ס חתונה איז געווען די ערשטע מאל וואס דער ראש ישיבה האט אויפגערופן מוהרא"ש.
 
למעשה א וואך דערויף איז די טעות פארראכטן געווארן אין א בריוו דא אינעם בלעטל דורך איינער פון די ליינער, ווי יענער האט אנגעמערקט אויפ'ן טעות און ער שרייבט אז דאס ערשטע מאל וואס דער ראש ישיבה האט אויסגערופן מוהרא"ש צו מצוה טאנץ איז גאר געווען ביי די חתונה פון מו"ה יעקב לעזער שליט"א, אבער די 'תיקון' איז אויך א 'טעות', ווייל דער ראש ישיבה שליט"א האט בכלל נישט אויסגערופן מוהרא"ש צום מצוה טאנץ ביי די חתונה פון מו"ה יעקב לעזער שליט"א. 
 
אריינפיר
איך וואלט באמת געקענט אפשרייבן אין געציילטע שורות "תיקון טעות" און בלייבן ביי דעם, אבער די גאנצע מעשה דא האט מיך געמאכט טראכטן אז 'היכל הקודש' איז א פלאץ וואו עס האלט אין איין געשען היסטאריע, עס טוען זיך אפ היסטארישע געשעענישן יעדן איינציגן טאג.
 
דאס טוט טאקע רעפלעקטירן דעם לימוד וואס מען לערנט אין היכל הקודש, נעמליך אז יעדן טאג איז א נייע זאך, עס עקזיסטירט בכלל נישט אזא זאך ווי נעכטן, אלעמאל הייבט מען אן פון פריש, מען גייט היינט רעדן א ווארט צום אייבערשטן, מען גייט היינט זאגן איין פרק משניות, מען גייט היינט דאווענען איין מנחה'לע, מען גייט היינט געבן איין קוק ווייניגער אויף נישט גוטע זאכן.
 
טעגליכע היסטאריע…!
עס איז שטארק אנמערקבאר ביי דעם ענין פון 'דור הולך דור בא', ווי חז"ל זאגן (קהלת רבה על הפסוק הנ"ל) אז יעדן איינציגן טאג גייט אוועק א אלטע דור און עס קומט צוגיין א פרישע דור. צומאל געבט מען פלוצלינג א בלינק מיט די אויגן און… 'פנים חדשות באו לכאן…' פלוצלינג זעט מען, עס האבן ארויסגעשפראצט נייע פנימ'ער… 'דור בא' א נייע דור פון בחורים יונגעלייט פולן זיך אן די לונגען מיט די לופט וואס מען טיילט דא בחינם, און ווייטער ליידער 'דור הולך' מען געבט זיך א קוק ארום און… וואו איז ער?  'והתבוננת על מקומו ואיננו…' אדער גאר 'רוח עברה בו ואיננו ולא יכירנו עוד מקומו…' ער איז שוין נישט דא צום געפונען… ופרח לו איש האמת… אים איז שוין גוט, ער ברויך נישט… דאס איז זאכן וואס קומען פאר אין היכל הקודש טעגליך.
 
היכל הקודש איז א פלאץ וואס איז מלא חידושים יעדן טאג, אזוי ארום קען אויסקומען אז אין די צייט וואס ביי אנדערע פלעצער מאכט זיך אז אלעס איז מפטירין כדאתמול, אלעס איז פונקט ווי נעכטן, נעכטן האט מען געהעריג… געלערנט מיט א חברותא, היינט לערנט מען אויך ווייטער מיט'ן זעלבן פרישקייט ווי נעכטן, דאס אז ער האט א חתונה היינט, אדער מען האט זיך היינט פארשמועסט, אדער אז איך בין געווען ביי א ווארט, מיין חברותא איז נישט דארט, א שיינע שמחה געטון נעכטן פראווענען, דאס מיינט נאכנישט אז די שיעור איז אויס, זאכן זענען רוטין, די זעלבע יעדן טאג, אין היכל הקדוש איז חדתין נבוט… נייע מלאכים ווערן באשאפן, יעדן טאג מיט איר פרישקייט הייבן זיך אן פרישע נסיונות, מיט פרישע טשעלענדזשע'ס, דאס מאכט אז דער פלאץ 'היכל הקודש קודש קדשים בכל עת ורגע מחדש חדשים', אזוי אז זאכן וואס זענען געווען נעכטן איז שוין היינט היסטאריע.
 
פון די אנדערע זייט וואקסט אויף א דור וואס זענען נייגעריג צו וויסן די היסטאריע פון די פארגאנגענע יארן, און עס ליגט אויף אונז אלע דעם חיוב 'פאר אייערע קינדער זאלט איר לאזן וויסן וואס דא האט זיך געטון', עס איז וויכטיג איבערצוגעבן וואס מען האט מיטגעהאלטן פאר'ן יונגערן דור.



מעשה אבות סימן לבנים
פיל מאל א פרישע מקורב הערט, 'כבר היה לעולמים', איך בין נישט דער ערשטער און איך בין נישט דער איינציגסטער, עס איז שוין געווען אזא מעשה, און מען האט זיך א עצה געגעבן, אדער יעדע זאך וואס עס האט שוין פאסירט ווי די וועלט זאגט 'היסטארי ריפירטס איטסעלף' ומה שאירע ליעקב אירע ליוסף, דאס קען אמאל געניצט ווערן ווי א אויג עפענער פאר א פרישע מקורב, אז 'מה שהיה הוא שיהיה' (ראשי תיבות מש"ה), ביים צדיק דרייט זיך כסדר ווי א וואש מאשין און מען דארף האבן 'אשר כח להם לעמוד בהיכל הקודש'.
 
א קליין - אבער דאך א היסטארישע פינטל 
דער ענין איבער וואס מיר גייען שרייבן היינט, איז טאקע א קליין פינטעלע פונעם רייכן היסטאריע פון 'היכל הקודש' אבער דאך איז דאס ווערד א באזונדערע ארטיקל. איינס פון די היסטארישע שטריכן וואס איז פארגעקומען אין די פארגאנגענע יארן איז דער ענין פון די גראמען, און הגם עס איז נישט עפעס א מורא'דיגע היסטארישע געשעהעניש א שטייגער ווי די פרשה'ס וואס האבן געשטורעמט די וועלט, ווי דאס עפענען די ישיבה, שידוכים, חתונות וכדומה, אבער 'הואיל ואתא לידן נימא בה מילתא', אז עס איז אונטער געקומען צו רעדן דערפון, לאמיר א בליק טאן און זען וואס עס פארקערפערט זיך אונטער די 'מצוה טאנץ' וואס מוהרא"ש האט געטאנצן ביי די תלמידי הישיבה בכלל, און בפרט די פאר מאל וואס דער ראש ישיבה האט אויסגערופן מוהרא"ש צו מצוה טאנץ ביי חתונות פון תלמידי הישיבה, און האפענטליך וועט דאס שוין אינאיינוועגס עפענען א נייע קאלום ווי אנשי שלומינו וועלן קענען איבערגעבן זייערע היסטארישע זכרונות פון די פארגאנגענע יארן אין היכל הקודש.
 
קודם דארפט מען וויסן אז דער ראש ישיבה האט 'למעשה' אויסגערופן מוהרא"ש זי"ע צו מצוה טאנץ פיר מאל, און איך שרייב למעשה, ווייל עס איז געווען אין פלאן אויסצורופן מוהרא"ש ביי נאך חתונות אבער עס איז נישט צושטאנד געקומען אויף 'למעשה'  נאר די פיר מאל.



די ערשטע שידוכים און חתונות אין ישיבה
די ישיבה האט זיך געעפענט אין שנת ת'הא ש'נת ס'ימן ט'וב לפ"ק, די ערשטע חתונה ווי דער ראש ישיבה האט אויפגערופן מוהרא"ש למצוות ריקודין איז געווען ביי די חתונה פון מו"ה' מרדכי אהרן חיים היילפרין הי"ו מיט די טאכטער פון מו"ה מאיר דוד פארקאש הי"ו, ר' מרדכי אהרן איז געווען פון די ערשטע תלמידים פון די ישיבה, און ווי אויך איז זיין חתונה געווען פון די ערשטע חתונות פון תלמידי השיבה, די חתונה איז פארגעקומען דאנערשטאג פרשת חיי שרה כ' חשון תשע"א לפ"ק.
 
מוהרא"ש איז געקומען צו די חתונה, עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז מוהרא"ש איז געקומען מיט א שטריימל צו די חתונה, וואס דאס איז געווען א זעלטענע זאך (ווי איך געדענק האט מען דעמאלטס געשמועסט, אז דאס איז געווען אלס הכרת הטוב פאר מו"ה מאיר דוד פארקאש הי"ו וואס ער האט מחי' געווען מוהרא"ש זי"ע ווען ער האט מנדב געווען פינף און צוואנציג טויזענט "פעולת הצדיק" ווען מוהרא"ש איז געווען אין א שווערע געדרוקטע צייט), ווי אויך איז מוהרא"ש געזיצן ביי די גאנצע חתונה ווי דאס וואלט געווען א חתונה פון זיינס אן אייניקל, און פארשטייט זיך אז מוהרא"ש האט געטאנצן מצוה טאנץ.
 
א מיש צוריק מיט אפאר יאר
אז מען וועט געבן א שטיקל מיש צוריק דעם בלעטל, איך האב געלערנט צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה אין צעהלימער ישיבה אלס בחור, (אז דער אייבערשטער וועט מיר געבן כח וועט נאך אויסקומען צו בארירן יענע יארן) מיר האבן געהאט א טייערער מגיד שיעור א תלמיד חכם מופלג א ירא שמים א באבובער חסיד פון הרה"ק רבי שלמה זי"ע, מיר האבן געלערנט ביי אים די לעצטע פאר יאר איידער מיר זענען חתנים געווארן, מיר האבן אנגעהאלטן גאר א שטארקע קשר מיט אים אויך נאך די חתונה, מיר פלעגן אראנדזשירן שיעורים, צאמקומענישן און דרשות חיזוק ביי אים אין שטוב פון צייט צו צייט.
 
איין יאר האבן מיר אפגעמאכט אז מיר וועלן אריבערגיין פורים נאכמיטאג צו די סעודת משתה היין ביי אים אין שטוב, א חלק פונעם פראגראם איז געווען איך האב אנגעגרייט גראמען און דער ראש ישיבה האט עס געזינגען, איך האב דעמאלט גענומען א שיעור פונעם מגיד שיעור און עס אויסגעלייגט זייער שיין אויף גראמען, עס איז געווען גאר א געשמאקע געהויבענע פראגראם.



מיין התקרבות צו מוהרא"ש זי"ע
א קורצע צייט שפעטער איז דער ראש ישיבה מקורב געווארן צום גרויסן לעכטיגקייט, דער גרויסע צדיק מורינו מוהרא"ש זי"ע, און בחמלת השם עלי האט ער א קורצע צייט דערויף מיר מקרב געווען. מיר האבן ברוך השם צוזאמען דורכגעשווימען פילע וואסערן, מיר פלעגן צוזאמען גיין צו די שיעורים פון מוהרא"ש, דערנאך פלעגן מיר צוזאמען אריינגיין צו מוהרא"ש אין צימער, מיר האבן אסאך פארברענגט אינאיינעם מיט שיחות חברים, מיר האבן געהאט אסאך שיעורים וואס מיר האבן געלערנט בחברותא, וואס עס פארלאנגט זיך באזונדערע ביכער אפצושרייבן די היסטאריע פון יענע תקופה, ועוד חזון למועד בעזרת השם.
 
דער ניגון וואס האט אויפגעהאלטן דעם ראש ישיבה א גאנצע נאכט
עס איז געווען אינעם דריטן יאר פון ווען די ישיבה האט זיך געעפענט (תשס"ט - תשע"א) עס איז געווען אין די טעג וואס מען האט געהאלטן ביי די לעצטע פאזע פון זיך אריינציען אינעם נייעם בנין אויף 27 סקילמאן, די ישיבה איז נאך דאן געווען אין ביאלע בית המדרש אין בארא פארק, די תלמוד תורה איז געווען אין די בעיסמענט פון רבי יצחק שליט"א. איין טאג זאגט מיר דער ראש ישיבה: "עס איז ארויסגעקומען א נייע סידי פון ר' ישראל דגן, איך האב געהערט איינע פון די ניגונים, איך האב שוין נישט געקענט שלאפן א גאנצע נאכט, איך האב עס איבערגעהערט טויזענט מאל, איך האב געוויינט אויף דעם ניגון א גאנצע נאכט, די טאן און די ווערטער האבן מיר אזוי געעפענט די הארץ". עס איז געווען די אלבום מיטן נאמען 'ואני רופה אותה', דארט איז דא א ניגון באזירט אויף די לעצטע שטיקל פון סיפורי מעשיות די מעשה פון די זיבן בעטלער, ווי דער רבי רעדט פונעם פארלוירענעם בת מלך וואס איז אריינגעלאפן אינעם וואסעריגן שלאס, דער ניגון הייסט 'בת מלך אבודה'.
 
עס קומט אריין די געדאנק פון גראמען
דער ראש ישיבה האט מיר דאן געזאגט, אז עס איז אים אריינגעקומען א בליץ אין קאפ, היות מיר האבן באקומען אזויפיל חיות פון די לימודים פון מוהרא"ש, האט אין אונז געברענט 'איין זאך' ווי אזוי קען מען אריינברענגען די זיסע לעכטיגע לימודים פון מוהרא"ש אין גאנץ כלל ישראל. דער ראש ישיבה האט מיך דערמאנט איבער די גראמען וואס איך האב צוזאמגעשטעלט יענעם פורים און ער האט עס געזינגען, האט ער מיר געזאגט אפשר זאלן מיר מאכן גראמען אויף דעם ניגון, און מיט דעם זאל מען אויסרופן מוהרא"ש צו טאנצן מצוה טאנץ ביי מרדכי אהרן'ס חתונה.
 
דער ראש ישיבה האט מיר געגעבן צו הערן דעם ניגון, איך האב עס אנגעהויבן צו הערן, איך בין געזיצן א לאנגע צייט זוכן די ריכטיגע ווערטער, עס איז נישט מעגליך אנצוהייבן און ענדיגן אויסרופן מוהרא"ש א צדיק יסוד עולם, וואס איז זיך מוסר נפש פאר כלל ישראל פופציג יאר! ווי הייבט מען אן? דער ראש ישיבה האט מיר דאן געזאגט אז די גראמען זאלן נישט זיין אזוי ווי מען גראמט אויס געווענטליך אן אדמו"ר וכדומה - מען רעכנט אויס די שבחים פונעם רבי'ן - נאר עס זאל ארויסברענגען אין גראמען די לימודים וואס מוהרא"ש לערנט אונז, אין א וועג וואס די צוהערער זאלן קענען ארויסגיין נאכן עס הערן מיט עפעס אויף צו טון למעשה.
 
די מניעות אויפן וועג
איך האב אנגעהויבן מאכן א משל מיט א נמשל, געשריבן און געמעקט גאנצעטע ביכער… איך האב פרובירט ווי מער צו צולייגן די נקודות וואס מוהרא"ש לערנט מיט אונז, עס איז געווען זייער א שווערע ארבעט צו קאנצעטרירן אלעס וואס מיר באקומען פון מוהרא"ש, דער ראש ישיבה האט מיר געזאגט מער און מער אז עס זאל זיין ווי פשוטער, פשוט פשוט, עס זאל זיין ווערטער וואס זאלן ארויסברענגען די לימודים פון מוהרא"ש אזוי אז די צוהערער זאלן דאס קענען ניצן לעובדה ולמעשה.
 
עס דערנענטערט זיך די זמן החתונה און עס איז נאכנישט געווען גרייט, אבער ברוך השם די געדאנקן זענען געווארן אלס מער קלארער, ווי איר קענט היינט הערן דעם ניגון, איז עס באזירט אויף די עיקרים וואס מוהרא"ש לערנט מיט אונז, ברוך השם אז ממש אין די טאג פון די חתונה בין איך געזיצן צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה און מיר האבן עס געענדיגט ווען מען האט שוין געדארפט לויפן, מיר זענען געלאפן צו די חתונה, איך האב ארויסגעפרינט די גראמען, און דער ראש ישיבה האט מיך געבעטן אז איך זאל שטיין קעגן איבער אים - בשעת'ן גראמען - און אים ווייזן אויב עס איז גוט.
 
דער ראש ישיבה האט אויסגעלערנט די גראמען פאר צוויי בחורים, לייבי ראטענבערג און מנחם מענדל שימשאוויטש זיי האבן געמאכט הארמאני אויף די פזמון, עס איז געווען אין ראויז קעסעל זאל . … יענע תקופה האט מען געמאכט די חתונות פון תלמידי הישיבה אין יענעם זאל, עס איז געווען ביליגער פון אלע געווענטליכע זאלן, עס האט געהאט א סטעידזש אויבן פאר די זינגער און די צוויי בחורים זענען ארויפגעגאנגען אויבן און דארט האבן זיי געהאט א מייק און געהאלפן מיט די פזמון.
 
א שטיק צייט פאר די חתונה האט דער ראש ישיבה אנגעפרעגט רשות פון מוהרא"ש אז ער וויל אים אויפרופן מוהרא"ש צום מצוה טאנץ און מוהרא"ש האט מסכים געווען.
 
דער אטעם באמבע ווערט געווארפן
עס איז געקומען למעשה, איך קען נישט ארויסברענגען מיט ווערטער וואס דאס האט געמיינט זיך אויפשטעלן גראמען, מען קען זאגן אז די גראמען איז געווען ווי דער ערשטער אטעם פון אמונה וואס איז געווארפן  געווארן אויף די היימישע באדן.
 
קודם כל דעמאלטס האט נאך קיינער נישט געהאט געהערט פון מוהרא"ש בכלל, מען האט קיינמאל נישט געזען דעם צדיק מוהרא"ש, מוהרא"ש איז געזיצן ביי זיך אין גן עדן התחתון, און געדינט דעם אייבערשטן, קיינער האט נישט געוויסט פון אים צו זאגן.
 
צווייטענס אפילו די וואס האבן יא געהערט פון מוהרא"ש, האבן אים געקענט אלס א חוזק און אפגעפרעגטער מענטש, דאס זעלבע איז געווען מיט'ן נאמען 'מוהרא"ש' קיינער האט נישט געוויסט וואס איז די באדייט פון די ווארט 'מוהרא"ש', און די וואס האבן יא געוויסט איז עס געווען מיט א ליצנות.
אלזא ווען עס איז געקומען די מינוט און דער ראש ישיבה שליט"א האט גענומען די מייק אין די האנט און זיך אויפגעשטעלט בפני קהל ועדה, פאר א געפאקטע זאל פון היימישע אידן, ביידע זייטן זענען גרויסע משפחות, די זאל איז געווען אנגעפילט מיט משפחה, רבנים, דיינים, און סתם אידן, און פלוצלינג שטעלט זיך אויף א יונגערמאן מיט אזא עזות דקדושה, און אויף די העכסטע טענער זינגט ער אזוי הארציג און שיין אראפ מיט א פזמון אין קורצן די גאנצע לימוד פון מוהרא"ש, די אלע וואס זענען דארט געווען און געהערט אזוי קלאר די לימודים פון מוהרא"ש זענען עלעקטעריזירט געווארן, עס איז געווען ממש ווי א אטאם באמבע… און די כוואליעס פונעם שאק האבן זיך גאר ווייט געשפירט, ווער האט זיך געוואגט צו זאגן די ווארט מוהרא"ש… מען האט געציטערט צו זאגן די ווארט מוהרא"ש, אפילו צווישן אונזערע חברים איז געווען פארשידענע קאוד נעמען וואס מען האט געניצט ווען מען האט געוואלט רעדן פון מוהרא"ש.
 
דער ראש ישיבה האט געמאכט א קורצע הקדמה אויף די טאן פונעם ניגון 'ואנפהא נהירין' און דערנאך אנגעהויבן די היסטארישע הארציגע גראמען, וואס ווער עס הערט עס ביז'ן היינטיגן טאג האט א הרהור תשובה.
 
די הייליגע קונטרסים פופציג יאר געשריבן
די פזמון 'אוי מוהרא"ש דאס איז אונזער לעבן… ווי וואלטן מיר געווען ווי וואלטן מיר אויס געזען אן מוהרא"ש…'
אלע קינדער האבן די גאנצע שבע ברכות געקלינגען מיטן פזמון… 'אין די הייליגע קונטרסים פופציג יאר געשריבן… אן דעם וואס וואלט פון אונז געבליבן'.
 
יא! די הייליגע אבער פארשעמטע קונטרסים, וואס מען האט געהאט במסורה מדור דור ביז'ן סמ"ך מ"ם אליין… אז אין דעם טאר מען חס ושלום נישט אריינקוקן, איז פלוצלינג געווארן 'הייליגע קונטרסים' וואס אן דעם וואס וואלט פון אונז געבליבן!
 
איך האב עס דעמאלט נישט געשפירט, אבער ווען איך האב מיך געגעבן א כאפ וואס דא האט זיך געטון, האב איך געזען, יא! מען האט געווארפן דעם אטאם, עס האט געטרייסלט, עס איז טאקע געווען לפי ערך א קליינער עולם, אבער אין די היימישע וויליאמסבורג צווישן די וואס מען רופט 'שלומי אמוני ישראל' איז געזאגט געווארן מיט א דרייסטקייט דעם דבר השם! היינט - ווען דער נאמען מוהרא"ש איז שוין אזוי שטארק אריין אין די וועלט - קען מען עס שוין נישט פארשטיין וואספארא מאס עזות דקדושה עס האט זיך אויסגעפעלט דאס צו טון.
 
דאס איז געווען די ערשטע חתונה וואס דער ראש ישיבה האט אויסגערופן מוהרא"ש צו מצוות ריקודין.
 
נאך א זאך איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז מוהרא"ש האט זיך איבערגעדרייט די קאפל דעמאלטס ביי יענע חתונה וועגן עין הרע, אבער למען ה'פונקטליכקייט וויל איך נישט זאגן אויף הונדערט פראצענט זיכער, איך געדענק נישט פונקטליך צו איך האב עס אליין געזען אדער געהערט פון א צווייטן דעמאלט.
 
די צווייטע חתונה 
אזוי ווי די גראמען זענען געווען אזוי רייך און סוקסעספול, זענען מיר געגאנגען צו די נעקסטע סטעפ, עס האט זיך דערנענטערט די חתונה פון מו"ה בנציון הי"ו בן מו"ה נפתלי יאקאבאוויטש הי"ו פון ארץ ישראל עב"ג בת ידידינו מו"ה מרדכי יונה שיק הי"ו, האבן מיר זיך געגרייט אויף א פרישע אטאקע… די חתונה איז געווען מיטוואך פרשת בשלח ז' שבט תשע"א, דא האט שוין דער ראש ישיבה ארויסגענומען א ניגון פון זיינע ארכיוון, דער ניגון האט דער ראש ישיבה גענומען פון גראמען וואס ער האט געהאט אויפגערופן כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א און ער האט עס דא אדאפטירט, דער ראש ישיבה האט מיך אויסגעלערנט דעם ניגון, און אנהייבענדיג מיט'ן הקדמה אויף די טאן פונעם ניגון 'אחרון חביב', האט מען אריינגעפלאכטן הערליכע גראמען פאר די הקדמה, און נאכדעם אנגעהויבן מיטן ניגון פאר די גראמען. אנהייבענדיג מיט די מעשה וואס דער רבי דערציילט (מעשה מזבוב ועכביש) וואס עס האט זיך געטון אויבן אין הימל ווען די נשמה פון רבי'ן האט זיך געגרייט אראפצוקומען אויף דער וועלט, און ווייטער איז די גראמען געווען באזירט בעיקר אז ווער עס הערט דאס זאל דאס זיין פאר אים ווי א שיעור מיט וואס ער קען אהיימגיין אויף לעובדה ולמעשה.
 
די גראמען זענען געווען אזוי הארציג אז דער ראש ישיבה האט זיך עטליכע מאל זיך געשטיקט שטילערהייט מיט טרערן, בפרט ביי די פזמון, 'אוי הייליגע רבי נאר דו קענסט אונז פארשטיין, אן דיינע עצות אן דיינע וועגן ווי וואלטן מיר געקענט אנגיין, די הייליגע קונטרסים די הייליגע ספרים דאס איז אונזער גייסט, וואס מוהרא"ש האט געשריבן זיין גאנצע לעבן דאס איז אונזער טרייסט'.
 
נאך די גראמען איז טאקע צוגעקומען א עלטערער איד א נאנטער קרוב משפחה, מיט טרערן אין די אויגן אז עס האט אים אזוי באנומען די ווערטער וואס דער ראש ישיבה האט געזינגען: 'א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך, עס איז דיר זייער קלאר, נישט געעפנט קיין ספר, אנכי עפר ואפר, מ'האלט שוין נאכאמאל סוף יאר…' און באלד דערויף איז געקומען די עצה פון רבי'ן ווי מען קען דורכגיין כל התורה כולו אזוי זיס אויפ'ן דרך הלימוד, דער איד האט געקושט דעם ראש ישיבה, ער האט געזאגט אז ער האט זיך פארגענומען אנהייבן צו לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן.
 
איין חתונה אינדערצווישן
די חתונה פון מו"ה יצחק אהרן וויינבערג  הי"ו איז פארגעקומען ב' טבת תשע"ב, די חתונה איז געווען אין מאנסי, מען האט נישט געוויסט צו מוהרא"ש וועט זיך ארויסשלעפן און קומען צו די חתונה קיין מאנסי, למעשה איז געווען א חידוש, מוהרא"ש איז געקומען צו די חתונה, מוהרא"ש איז געווען זייער שוואך יענעם יאר, עס איז געווען די יאר וואס מוהרא"ש האט געכאפט די שווערע הארץ אטאקעס, מוהרא"ש איז טאקע נישט געבליבן צום מצוה טאנץ.
 
די דריטע חתונה
די חתונה פון מו"ה יואלי לעווי הי"ו איז געווען דאנערשטאג ויצא ח' כסלו שנת תשע"ג, היות די חתונה איז געווען אויף א דאנערשטאג האט מען צוריקגערוקט די וועכנטליכע שיעור פון מוהרא"ש אויף מיטוואך כדי מוהרא"ש זאל זיך קענען באטייליגן ביי די חתונה. יענע גראמען איז געווען פריש, איך האב גענומען די שיעור וואס מוהרא"ש האט געזאגט מיטוואך און עס אריינגעלייגט אין גראמען, עס איז געווען אביסל אויף א אנדערע סטייל, אביסל גרינגער ווי די פריערדיגע גראמען, ווייל עס איז געווען באזירט אויף איין ליל שישי (ליל חמישי…) שיעור. מען האט נישט געדארפט אזויפיל נישטערן אין די ריזיגע ים פון די לימודים פון מוהרא"ש און דאס קאנצעטרירן, אין געציילטע מינוטן.
 
מוהרא"ש האט ארויסגעוויזן א ספעציעלע חביבות צו די ערשטע תלמידים פון ישיבה, אויפן וועג ארויס פון די חתונה פון יואלי לעווי האט זיך מוהרא"ש אויסגעדרוקט אויף זיינע באליבטע טייערע תלמידים פון ישיבה תפארת התורה 'דאס זענען מיינע גאלדענע קינדער'.
 
ספעציעל האט מוהרא"ש געהאט א געוואלדיגע הכרת הטוב צו הרה"ח ר' שמחה לעווי הי"ו וואס האט אזוי שטארק ארויסגעהאלפן ווען מוהרא"ש האט געהאט די הארץ אטאקע רחמנא לצלן א יאר בעפאר אין שנת תשע"ב, מוהרא"ש איז געקומען מיט א שטריימל, מוהרא"ש איז געווען דארט מסדר קידושין און איז געזיצן ביי די גאנצע חתונה.
 
נאך די גראמען פון יואלי'ס חתונה איז דער זון פון מוהרא"ש הרב רבי נחמן שליט"א צוגעקומען צום ראש ישיבה, ער האט נישט געקענט קומען צו זיך פון התפעלות פון די גראמען ווי דער ראש ישיבה האט אויסגערופן מוהרא"ש.
 
די פערטע און די לעצטע חתונה
יענעם זומער איז פארגעקומען די חתונה פון מו"ה יעקב פיש הי"ו, דינסטאג פרשת בהעלותך י"ב סיון תשע"ג, מוהרא"ש איז געקומען צו די חתונה און דער ראש ישיבה האט אויסגעגראמט מוהרא"ש אויף א הערליכע טאן (היינט זינגט מען עס אין אלע ברסלב'ע שולן יום טוב אויף 'קל מלך') וואס דער ראש ישיבה האט אדאפטירט פון די שול פון זיין עלטער שווער דער ווייצענער רב זצ"ל, דארט פלעגט עס איינע פון די בעלי תפילות זינגען, און יעצט האט מען געמאכט גראמען.
 
די גראמען זענען אויך געווען באזירט אויף א ליל שישי שיעור, מוהרא"ש איז געקומען מיט א שטריימל, מוהרא"ש איז געווען דארט מסדר קידושין און איז געזיצן ביי די גאנצע חתונה.
 
די גראמען זענען טאקע נאר געזינגען געווארן ברבים פיר מאל, אבער מען קען זאגן אז עס האט געהאט גאר א שטארקע אימפעקט אויף די וועלט, די גראמען זענען נישט געבליבן נאר צווישן די ווענט פון די חתונות, עס איז רעקארדירט געווארן און פארשפרייט געווארן צו הונדערטער טויזענטער אידן איבער דער גארער וועלט, אידן איבער די וועלט האבן באקומען ממש כשלחן ערוך אין קורצן מיט א געשמאק די לימודים פון מוהרא"ש אזוי שיין און הערליך.
 
אנדערע חתונות
עס זענען געווען נאך חתונות אין יענע יארן, נישט ביי יעדע חתונה האט זיך אויסגעשטעלט אז מען האט געקענט אויסרופן מוהרא"ש צו מצוה טאנץ, נישט אלעמאל זענען מיר געווען גרייט מיט גראמען אין צייט, ווי אויך נישט אלע אומשטענדן ביי די חתונות האט מען ערלויבט אויסצורופן מוהרא"ש.
 
מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו האט חתונה געהאט אין חודש שבט תשע"ג, מוהרא"ש האט זיך באטייליגט און געטאנצן מצוה טאנץ.
 
די חתונה פון מו"ה מאטי הערצאג הי"ו איז פארגעקומען אדר תשע"ד, מוהרא"ש האט זיך באטייליגט און געטאנצן מצוה טאנץ.
 
די חתונה פון מו"ה אשר לעווי הי"ו איז פארגעקומען אום חודש אב תשע"ד, מוהרא"ש איז געווען ביי די חתונה, און געטאנצן מצוה טאנץ, אבער ער איז געווען זייער געיאגט ער איז דעמאלט אפגעפלויגן קיין ארץ ישראל.
 
נאך אינטערעסאנטע זאכן זענען פארגעקומען אין און ארום חתונות פון תלמידי הישיבה די לעצטע יאר פון מוהרא"ש עלי אדמות, עס איז געווען אנגעגרייט א רייכע פראגראם פאר די שבע ברכות פון מו"ה יודי פריינד הי"ו און מו"ה אברהם יושע וועבערמאן הי"ו, ווי מו"ה משה ארי' שניצלער הי"ו האט אנגעגרייט הערליכע גראמען אויף די ניגון 'א שיינע חלום', אריינגעפלאכטן די גאנצע לימוד פון מוהרא"ש הערליך שיין, אבער מוהרא"ש איז נפטר געווארן א קורצע צייט בעפאר י"ז שבט תשע"ה, למעשה האט דער ראש ישיבה שליט"א געזינגען די גראמען ביי די שבע ברכות וואס איז פארגעקומען אין ישיבה. 
 
דאס לעצטע מאל וואס מוהרא"ש איז געווען אין ישיבה איז געווען ביי די שבע ברכות פון מו"ה שמואל דוד ברוין הי"ו, כסלו תשע"ה.
 
מיר האפן צו קענען ממשיך זיין מיט דעם שיינעם אפטיילונג, אויב האט איר סיי וועלכע הערה ביטע שיקט אריין פאר די מערכת.