שאלה אין קורצן ענין
#2447 - וואס טוט מען מיט'ן קינד וואס קלאצט א גאנצן טאג?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, סבלנות, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


ש'כח אייבערשטער איך בין א מלמד, און איך האב א קינד אין קלאס, א וואוילער לעכטיגער צדיק, אבער ער איז זייער שטארק פארטראכט, עס קען זיין טאקע וואס ער קען זיצן אויף זיין פלאץ און בלייבן פארטראכט דעם גאנצן דאווענען, אן אריינקומען אפילו נאר איין מאל אינעם סידור, און די זעלבע ביים פארלערנען.


דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אויס נישט צו גיין שטארק און ווילד, נאר דערמאנען צומאל אויף אן איידעלען וועג, איך פרוביר טאקע אזוי צו טון, איך דארף אבער חיזוק אויף דעם, אסאך מאל ווער איך זייער געשטערט פון דעם, צו זען ווי א קינד קלאצט מיר אריין אין פנים, און צומאל קען איך אים יא אביסל שטערקער פארהאלטן, "וואס טראכסטו אזוי פיל?", איך וועל אבער קיינמאל זיך נישט אויסדרוקן מיט א שלעכטע לשון, "קלאצן", "חלומ'ן", וכדומה, נאר "טראכטן".


איך ווייס אז מען טאר נישט גיין אזוי שטרענג, אבער למעשה איז מיר זייער שווער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, י"א מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


 


... נרו יאיר


חס ושלום ניצן אזעלכע ווערטער אויף קינדער: דו גולם, קלאץ, חולם, עס איז אסור צו ניצן צונעמען; "המכנה שם לחבירו", אויב מען רופט א צווייטן מיט א צונאמען, אפילו א מלמד, אז מען רופט א תלמיד מיט א צונאמען, איז אזוי געפערליך - מען האט נישט קיין חלק אין עולם הבא (בבא מציעא נח:); און אפילו מען וויל אויפטון, מען וויל מחנך זיין; דאס איז נישט חינוך, דאס איז נישט אויסגעהאלטן, דאס טוט נישט אויף, דאס טוט נאר דאס פארקערטע.


עס איז א קלארע הלכה (שלחן ערוך יורה דעה סימן רמה, סעיף ט), אז מען האט א תלמיד וואס פארשטייט נישט דאס לערנען - זאל מען אים נישט אוועק שיקן פון כתה, נאר לאזן זיצן מיט די אנדערע קינדער ביז ער וועט פארשטיין וואס מען לערנט, און זיכער ווען עס קומט צו דאווענען; אז א קינד דאווענט נישט מיט - טאר מען אים נישט פארשעמען, נאר לאזן זיצן דארט ביז ער וועט אנהייבן דאווענען.


דער עיקר דארף א מלמד דערציילן מעשיות פון צדיקים; אנשטאט געבן מוסר, און אנשטאט אנקוקן די קינדער ווי קלעצער און מאכן צונעמען, אפילו נאר במחשבה; טראכטן: 'דער איז א קלאץ', און 'דער איז א חולם', און 'דער איז א גולם' - דארף מען זיי דערציילן מעשיות פון צדיקים, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קלח), אז ווען ער איז געווען א קליין קינד האט ער געהערט אסאך מעשיות פון צדיקים, דאס איז אים אריין אין הארץ און ער האט אנגעהויבן בענקען און וועלן זיין א צדיק, און דאס האט אים געשטופט און געגעבן כח צו דינען דעם אייבערשטן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2446 - קושן דעם שווער'ס האנט?
שלום בית, כיבוד אב ואם, שווער און שוויגער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


זייט מיין חתונה דאווען איך יעדן פרייטאג צו נאכטס אין שול צוזאמען מיט מיין שווער, און נאכ'ן דאווענען גיי איך צו צו אים און איך קוש אים די האנט ווען איך זאג אים גוט שבת.


איך האב זיך שטענדיג געפילט אומבאקוועם דאס צו טון, און יעצט טראכט איך אז אפשר דארף ער עס בכלל נישט, און אפשר יא. מיין שאלה איז, אויב ער דארף עס נישט, זאל איך אויפהערן, אדער אפשר איז עס נישט קיין כבוד אויפצוהערן, און איך זאל ווייטער ממשיך זיין אדער אפשר פילט ער זיך אויך אומבאקוועם, און עס איז בעסער אויפצוהערן?


איך וועל מיר זייער פרייען פאר אן ענטפער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט טוסטו אז דו ביסט מכבד דיין שווער, דו גרוסט אים "גוט שבת" און דו געבסט אים א קוש אין האנט אזוי ווי מען טוט מיט א טאטע, ווייל עס ווערט גע'פסק'נט (שלחן ערוך יורה דעה סימן רמ, סעיף כד): "חייב אדם בכבוד חמיו", מען דארף מכבד זיין א שווער, אזוי ווי מען איז מכבד א טאטע; און דו זאלסט דאס ווייטער טון.


זיי נישט פארנומען מיט די אלע חכמות 'דארף ער עס יא?' 'דארף ער עס נישט?' וכו', דו טו וואס איז ריכטיג, עס זאל דיר גארנישט אנגיין עפעס אנדערש, דו זיי אים ווייטער מכבד, אזוי וועט דאס מאכן דיין שלום בית שטארק, ווייל ווען די ווייב זעט ווי איר מאן פירט זיך צו אירע עלטערן מיט כבוד - מאכט דאס אז זי זאל ווערן מער נענטער צום מאן, און חס ושלום פארקערט, ווען מען איז מזלזל אינעם שווער און שוויגער - טוט דאס וויי פאר די ווייב, און די קשר צווישן מאן און ווייב ווערט שוואכער.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2445 - פארוואס קען איך נישט איינהאלטן מיינע גוטע קבלות?
אומאן, התחזקות, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, סדר דרך הלימוד, קבלה טובה, ענווה, צדיק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אין בין געווען אין אומאן אויף ראש השנה, איך האב זיך דארט מקבל געווען אזויפיל גוטע קבלות, צו דאווענען שחרית מנחה מעריב מיט מנין יעדן טאג, היטן די אויגן, שלום בית, און נאך אסאך גוטע זאכן    ; אבער למעשה בין איך פשוט נישט מצליח מקיים צו זיין די גוטע קבלות, עס זעט אויס ווי דער יצר הרע פירט פשוט א מלחמה מיט מיר אז איך זאל נישט קענען איינהאלטן מיינע קבלות, יעדן טאג ווערט מיר אלעס נאר שווערער און שווערער פון פריער.


וואס טוט מען? איך שריי געוואלד, איך קען נישט טון די פשוטע זאכן צו קענען זיין אן ערליכער איד.


פון א אינגערמאן וואס וויל זייער שטארק זיין אן ערליכער איד.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דאס וואס דו שרייסט געוואלד, דאס וואס באדערט דיר און שטערט דיך אז דו ביסט ווייט פון זיין אן ערליכער איד; דאס איז מען זוכה צו באקומען ביים צדיק, און דאס האסטו זוכה געווען צו באקומען אין אומאן ביים רבי'ן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עב), ווען מען קומט צום צדיק: "רָאוּי שֶׁיֻּמְשַׁךְ עָלָיו בּוּשָׁה וְשִׁפְלוּת גָּדוֹל מְאֹד", פאלט אויפן מענטש א שפלות, "וְזֶה סִימָן שֶׁהָיָה אֵצֶל צַדִּיק אֲמִתִּי כְּשֶׁנִּמְשָׁךְ עָלָיו בּוּשָׁה וְשִׁפְלוּת", און דאס איז ד סימן אז מען איז געווען ביים אמת'ן צדיק, אז עס פאלט אויפן מענטש א בושה און א שפלות.


נעם די מתנה וואס דו האסט באקומען ביים רבי'ן אין אומאן, און הייב אן דינען דעם אייבערשטן מיט לערנען און דאווענען, און נישט אויף יאוש חס ושלום. ווייל דער רבי זאגט (שם), מען דארף וויסן וואס איז די ריכטיגע שפלות, נישט מען זאל ווערן א שלימזל'ניק, ווערן נאכגעלאזט, אויפהערן לערנען און דאווענען און זינגען טאג און נאכט 'איך בין גארנישט', נאר די אמת'ע שפלות וואס מען באקומט דורכן צדיק איז: 'הָקִיצוּ וְרַנְּנוּ שֹׁכְנֵי עָפָר', זיך אויפוועקן און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, נעמען די שפלות און אנהייבן לעבן דורך טון די עצות הצדיק.


דער הייליגער רבי דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יג, פון די זיבן בעטלערס, דעם ערשטן טאג): עס איז געקומען א גרויסער אדלער, ער האט געקלאפט אויפן טיר פונעם טורעם און געזאגט: "הערט אויף צו זיין ארעמעלייט, הייבט זיך אן באניצן מיט ענקערע אוצרות", אינעם טורעם זענען געזיצן די מענטשן וואס זענען געראטעוועט געווארן פונעם צעבראכענעם שיף, דאס זענען די מענטשן וואס קומען צום צדיק, צעבראכענע און צעקלאפטע הערצער, און דער אדלער מיינט מען כביכול דעם אייבערשטן, און דער צדיק רעדט צו אונז ווערטער פונעם אייבערשטן: "הערט אויף צו זיין ארעמעלייט, הייבט זיך אן באניצן מיט ענקערע אוצרות"; די אוצרות זענען די עצות וואס מען באקומט ביים צדיק, די עצה פון סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), א גרינגע וועג צו לערנען תורה, דורך לערנען בגירסא; נישט זוכן אלעס צו פארשטיין, און דורך די עצה פון תפילה והתבודדות; זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, אים בעטן: "אייבערשטער איך וויל זיין נאנט צו דיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל האבן ריינע אויגן, איך וויל לערנען און דאווענען וכו' וכו'"; דער צדיק וועקט אונז אויף פון שלאף, ער בעט אונז: "הערט אויף צו זיין ארעמעלייט, הייבט זיך אן באניצן מיט ענקערע אוצרות", ער וויל מען זאל נעמען די שפלות און אנהייבן לעבן מיט דעם, שוכני עפר דאס מיינט מען די שפלות, מי שנעשה שכן לעפר בחייו, און 'הקצו ורננו', הייבט אן עוסק זיין מיט עבודת השם.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2444 - קען איך מאכן סיום משניות 101 מיט'ן ראש ישיבה שליט"א?
שלום בית, אידישע שטוב, סיום, משניות, תכלית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך גיי יעצט ענדיגן בעז"ה צום הונדערט און איין מאל ששה סדרי משנה, איך וויל מאכן דעם סיום צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, ווען גייט דער ראש ישיבה שליט"א קומען קיין ארץ ישראל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן די פרייליכע נייעס אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן ששה סדרי משנה מאה פעמים ואחד, די הייליגע חכמים זאגן (חגיגה ט:), ווען משיח וועט קומען וועט מען זען די גרויסקייט פון דער וואס האט געלערנט הונדערט און איין מאל יעדע פרק משניות.


דארפסט נישט ווארטן איך זאל קומען קיין ארץ ישראל, דארפסט נישט מאכן קיין רעש פון דעם, ביי תלמידי היכל הקודש מאכט מען נישט קיין רעש ווען מען איז מסיים סיומים. מאך עס ביי דיר אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער, מאך עס באשיידן און איידל; ביי נאכטמאל אדער ביי א שבת סעודה לייגט מען צו א גוטע עסן וואס די קינדער קוקן ארויס אויף דעם, און מען זאגט פאר די קינדער: "טאטי האט געמאכט נאך א סיום", און אויך די ווייב ווערט גאר פרייליך און צופרידן אז זי האט א מאן וואס לערנט, עס בויט אויף די ליבשאפט, עס מאכט די ווייב גרינגער; ווייל א פרוי וואס קוקט נישט ארויף איר מאן - איז די ארבעט זייער זייער שווער, ווייל מאכן די וועש, מאכן עסן און אזוי ווייטער, אויב איז עס פאר א מענטש וואס מען שעצט נישט - איז דאס זייער זייער שווער, און אויב די פרוי שעצט איר מאן, זי האט אים ליב, זי ווייסט אז ער לערנט, ער פירט זיך ערליך - איז די זעלבע ארבעט בכלל נישט שווער.


שטארק זיך מיט לערנען די הייליגע תורה, שטעל נישט אפ דאס לערנען משניות, גיי ווייטער; לערן יעדן טאג משניות, וועסטו האבן די וועלט און יענע וועלט. ווייל דער היילגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): אויבן אין הימל שרייען די נשמות 'מיר זענען הונגעריג, מיר דארפן עסן; מיר זענען דארשטיג, געבטס אונז צו טרינקען', און ווען מען וויל זיי געבן עסן און טרינקען זאגן זיי: 'נישט דאס מיינען מיר, מיר דארפן עסן און טרינקען פון תורה און עבודת ה'', אזוי אויך זענען דא נשמות וואס זענען נאקעט, זיי שרייען און בעטן זיך: 'מיר זענען נאקעט, געבטס אונז קליידער מיט וואס זיך צוצודעקן', און ווען מען וויל זיי געבן קליידער אנצוטון זאגן זיי: 'נישט דאס מיינען מיר, מיר דארפן מצוות און מעשים טובים', און דער רבי פירט אויס: "וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג אפאר פרקים משניות, טרינקט קאפיטלעך תהילים און טוט זיך אן מיט מצוות ומעשים טובים".



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2443 - מיין שווער איז א בעבי
שלום בית, שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, מחלוקת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס דארף איך צו טון ווען מיין שווער פירט זיך אויף ווי א בעבי, ווי א קליין קינד? ער האט מיר געפרעגט וואס איך האב מתפלל געווען אין אומאן ראש השנה, האב איך אים געזאגט אז איינע פון די זאכן האב איך געבעטן איך זאל זוכה זיין צו א בן זכר, זאגט ער מיר אז ער גייט מזכיר זיין ביי זיין רבי'ן אז איך זאל האבן א מיידל, און מען וועט זען ווער איז עס גרעסער.


וואס טוט מען אין אזא צייט? זאל מען עפעס ענטפערן, אדער זיך נישט וויסנדיג מאכן? עס שפירט זיך אזוי קינדעריש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


 


... נרו יאיר


געב אכטונג זיך נישט צו קריגן מיט דיין שווער, און אז ער מאכט ווערטלעך אויף ברסלב - זאלסטו נישט מאכן קיין עסק דערפון אז עס זאל חס ושלום נישט שעדיגן דיין שלום בית; זייער אסאך שלום בית פראבלעמען קומען פון דעם וואס מען איז מזלזל אינעם כבוד פונעם שווער און שוויגער.


אויך זאלסטו וויסן, עס ווערט גע'פסק'נט אין הלכה (שלחן ערוך יורה דעה סימן רמ, סעיף כד): "חייב אדם בכבוד חמיו", מען דארף מכבד זיין א שווער, און אז מען איז מכבד די שווער און שוויגער איז דאס גורם א שטארקע ליבשאפט און צו א שטארקע שלום בית.


דו שרייבסט אז ער פירט זיך אויף ווי א בעבי, ווי א קליין קינד; איך בעט דיר דו זאלסט דאס נישט זאגן פאר דיין ווייב, דאס וועט איר זייער באדערן, די בעסטע זאך איז זאלסט נישט מאכן קיין עסק פון די זאכן, און אז ער זאגט דיר אזעלכע ווערטער געב א שמייכל און גיי ווייטער, און זיי מתפלל ער זאל אויך מקורב ווערן צום רבי'ן, און אז אלע זאלן מקורב ווערן צום צדיק; ווייל דאס מאכן ווערטלעך אויפן רבי'ן דאס איז ווייל עס איז דא אסאך לשון הרע און אסאך ליגנט, דער סמ"ך מ"ם טוט דאס, ער לאכט און מאכט ווערטלעך, אזוי האט ער זיך אויסגענומען ביים בית דין של מעלה, אז דער רבי'ס נשמה קען אראפקומען נאר בתנאי אז ער וועט לאכן און מאכן ווערטלעך מיט דעם אלטישקן; קוק די מעשה באריכות אין ספורי מעשיות, מעשה ז.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2442 - דארף איך טאקע האבן דעם סמארטפאון?
התחזקות, קדושה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, פרנסה, שמירת עינים, סמארטפאון, רצונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך נאך קיינמאל נישט געעפנט באמת מיין הארץ צו דערציילן מיינע פריוואטע זאכן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, און איך וויל עס זאל טאקע בלייבן אזוי, אבער צומאל האט מען נישט קיין ברירה.


איך האב ברוך ה' א גוטע פילטער אויף מיין סמארטפאון, אבער דער יצר הרע קען נאכאלץ זיך שטארקן אויף מיר צומאל, און איך וועל זוכן וועגן ווי אזוי אויסצומיידן דעם פילטער און טרעפן א וועג צו קענען קוקן זאכן וואס מען טאר נישט. צומאל וועל איך קויפן אן אלטע סמארטפאון אן קיין פילטער און עס נוצן פאר עטליכע טעג און נאכדעם עס אוועקווארפן, אדער וועל איך זוכן אנדערע פלעצער וואו עס איז דא אפענע אינטערנעט, אדער אנדערע אופנים צו קענען זען שלעכטע זאכן אויפ'ן טעלעפאן טראץ דעם פילטער, אדער קען איך פשוט זיצן אין מיין קאר און כאפן בילדער פון פרויען, און ביים סוף טאג עס אויסמעקן.


עס איז נישט אז איך שטיי אויף אינדערפרי מיט א פלאן צו זיין נישט ערליך חס ושלום, איך וויל זיין גוט און וואויל, און דערפאר האב איך טאקע א מהודר'דיגע פילטער אויף מיין סמארטפאון, און אפילו די וואטסעפפ וואס איך דארף האבן פאר מיין פרנסה איז טאקע נאר פאר דעם, איך בין נישט אויף קיין שום גרופס, איך שרייב זיך נישט מיט קיינעם, איך האב נישט קיין סטאטוס, איך נוץ עס נאר וואס עס פעלט באמת אויס פאר די ארבעט; נאר דער יצר הרע ארבעט אויף מיר, און עס פאסירט פון זיך אליין במשך דעם טאג, אין לויף פון די ארבעט, איך ווער נכשל דא און דארט, איך זע דא און דארט זאכן וואס מען טאר נישט, און אזוי ציעט איינס די אנדערע, און איך קום למעשה אן צו זען שלעכטע זאכן וואס דער אייבערשטער לאזט נישט.


איך האב אנגעהויבן טראכטן צו מיר, אז דער גאנצער סמארטפאון דארף איך דאך האבן נאר פאר די ארבעט, איך נוץ עס טאקע אסאך פאר מיין פרנסה, אבער למעשה זע איך אז איך מוטשע זיך אזוי מיט פרנסה, קיין געלט האב איך נישט, איך שלעפ ממש א טאג נאך א טאג, איך שפיר ווי מיין ביזעס איז ממש פארשטאפט, עפעס דארף דא פאסירן אז איך זאל זען א דורכברוך אין מיין פרנסה, און דערווייל בין איך נישט מצליח; און דעריבער האב איך אנגעהויבן קלערן אויב איך דארף בכלל האבן דעם טעלעפאן, און נאך מער, אפשר איז גאר דער טעלעפאן וואס האלט צוריק מיין פרנסה? און אויב דער טעלעפאן ברענגט מיר צו עבירות, אפשר איז עס ממש ווי חילול שבת רחמנא ליצלן, יעדע רגע וואס איך האלט ביי זיך דעם טעלעפאן?


אויב וויל איך אויפגעבן דעם טעלעפאן, דארף איך אנשטאט דעם קויפן א קאמפיוטער וואס זאל ליגן נאר ביי די ארבעט, אזוי וועל איך נישט האבן קיין צוטריט דערצו כסדר, נאר ווען עס פעלט טאקע אויס פאר די ארבעט, און אויב א קאסטומער דארף זיך פארבינדען מיט מיר וועט ער מיר מוזן רופן געהעריג אויפ'ן טעלעפאן. דאס וועט מיר אבער קאסטן אסאך געלט, סיי דער קאמפיוטער און סיי אז איך וועל דארפן קויפן א באזונדערע כלי צו קענען זען "וועיז" אויף די וועגן, און איך האב באמת נישט פון וואו צו נעמען דאס געלט, נאר דורך בארגן דאס געלט, און אן קיין שום פלאן ווי אזוי איך וועל עס קענען באצאלן.


אדער אפשר זאל איך יא בלייבן מיט מיין סמארטפאון און פארמאכן נאך חלקים דערפון, אבער דאן וועט עס מיר שוין נישט צופיל העלפן פאר די ארבעט, און דער אמת איז אז עס נישט מעגליך צו פארמאכן דעם טעלעפאן אויף א וועג אז עס זאל נישט בלייבן מער קיין שום פלאץ פאר נסיונות.


איך מאך אסאך התבודדות אויף די אלע זאכן וואס איך האב געשריבן, אבער איך וויל זייער שטארק אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר זאגן וואס צו טון, איך וועל זיך זייער פרייען אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ענטפערן, איך בין זייער צעבראכן, איך בין אובד עצות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


 


... נרו יאיר


וואס זאל איך דיר זאגן, אז מען קוקט עבירות רחמנא לצלן פארלירט מען די פרנסה, און דאס איז די צרה פון אונזער דור, מען קען אין אפאר סעקונדעס אלעס פארלירן; אז מען האט א טעלעפאן און מען קוקט עבירות רחמנא לצלן - פארלירט מען אלעס; די פרנסה, די אמונה, די געזונט, און וויפיל די רבנים בעטן זיך מען זאל נישט האבן קיין טעלעפאן וואס מען קען זען עבירות - האלט מען זיך קלוגער, מען נארט זיך אליינס.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א, סימן כט), אז פרנסה קומט נאר ווען מען איז מתקן אות ברית קודש, ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא", ווער עס ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט, "עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", וועט אים נאכלויפן ארעמקייט, "כָּל שֶׁכֵּן", איז דאך זיכער, "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", דער וואס ווארפסט אראפ די ברעקלעך פון מח, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז זיכער אז עס וועט אים נאכלויפן ארעמקייט.


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, גיי אין א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר, ווי דו טרעפסט אלץ וועגן ווי אזוי צו קוקן עבירות אפילו מיט די בעסטע פילטער, בעט דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך האלט אין איין אראפאלן אין קוקן שלעכטס, איך טרעף אלץ פרישע וועגן ווי אזוי צו קוקן עבירות, הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל מיך קענען היטן מיינע אויגן, געב מיר ריינע אויגן, איך וויל נישט קוקן עבירות. וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך ווער פארברענט פון די עבירה, די תאוה פלאקערט אין מיר, איך שפיר ווי איך האב נישט קיין בחירה, איך פארליר מיינע כוחות, אבער הייליגער באשעפער באמת וויל איך אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, איך וויל נישט קוקן קיין שלעכטס, רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר כח, העלף מיר איך זאל גלייבן אין דיר, איך זאל שפירן אז דו האסט מיך ליב, איך זאל געדענקען אז דו ביסט מיט מיר, און דו זעסט אלעס וואס איך טו, געב מיר א קלארע לויטערע אמונה איך זאל נישט פארגעסן פון דיר, אזוי וועל איך מער קיינמאל נישט קוקן שלעכטס, ווייל איך וועל זיך שעמען פון דיר.


אזוי זאלסטו טון טאג נאך טאג, בעט און בעט און לאז נישט נאך, ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף דיר, דו וועסט ארויסגיין פון די שלעכטס.


דער עיקר זאלסטו זיך שטארקן, זאלסט נישט אפלאזן דיין ווילן און דיין עבודת השם, מען דארף זיך זייער שטארקן ווייל אמאל ווארפט מען אראפ א מענטש וכו', אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מח): "כִּי צָרִיךְ עַקְשָׁנוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לִהְיוֹת חָזָק וְאַמִּיץ לֶאֱחֹז עַצְמוֹ לַעֲמֹד עַל עָמְדוֹ אַף אִם מַפִּילִין אוֹתוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, בְּכָל פַּעַם", מען דארף זיין זייער שטארק ביי זיך נישט צו ווערן געפאלן ווען מען זעט אז דער יצר הרע ווארפט אראפ חס ושלום, "כִּי לִפְעָמִים יֵשׁ שֶׁמַּפִּילִין אֶחָד מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, כַּיָּדוּעַ, אַף עַל פִּי כֵן עָלָיו לַעֲשׂוֹת אֶת שֶׁלּוֹ, לַעֲשׂוֹת מַה שֶׁיּוּכַל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם וְאַל יָנִיחַ עַצְמוֹ לִפֹּל לְגַמְרֵי, חַס וְשָׁלוֹם", ווייל אפילו מען שפירט ווי מען האלט אין איין אראפפאלן נאכאמאל און נאכאמאל - טאר מען נישט טראכטן פון אפלאזן וכו', נאר מען דארף ווייטער דינען דעם אייבערשטן מיט וואס מען קען נאר, "כִּי כָל אֵלּוּ הַנְּפִילוֹת וְהַיְרִידוֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה", ווייל דאס וואס מען פאלט אראפ, "צְרִיכִים בְּהֶכְרֵחַ לַעֲבֹר בָּהֶם קֹדֶם שֶׁנִּכְנָסִין בְּשַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה", דאס גייט אריבער אויף יעדן איינעם פאר מען איז זוכה אריין צו קומען צו די קדושה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א גוטן חודש.

#2441 - ווי אזוי געב איך ארויס פריוואטע זאכן פון הארץ?
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך געבן א גרויסן יישר כח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר די שיעורים וואס זענען מיר אזוי שטארק מחזק.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ ביי די שיעורים, ווען מען רעדט פון התבודדות, אז מען דארף זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן פונקט אזוי ווי מען שמועסט זיך אויס מיט א גוטער חבר, וויל איך פרעגן אזוי ווי איך בין א מענטש וואס קען רעדן און פארברענגען מיט מענטשן אויף כל מיני זאכן אפילו פאר שעות, ווען עס קומט אבער צו אייגענע זאכן, פריוואטע זאכן פון מיין לעבן, ווער איך פארמאכט און איך געב גארנישט ארויס, עס איז כמעט אוממעגליך אז איינער זאל זיך דערוויסן פריוואטע זאכן פון מיר דורך מיר; ווי אזוי קען איך גיין התבודדות ווען איך ווייס נישט ווי אזוי ארויסצוגעבן פריוואטע זאכן פון מיין הארץ צום מויל.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, איך וועל זיך זייער שטארק פרייען צו באקומען א תשובה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך וואלט דיר גע'עצה'ט זאלסט דאס אליינס אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, זאלסט מאכן פון דעם אליינס א תפילה. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כה), אויב מען האט נישט קיין ווערטער וואס ארויס צו רעדן ביי התבודדות, זאל מען פון דעם אליינס מאכן א שמועס און א געבעט; ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן דו וועסט זיך קענען עפענען דיין הארץ, אים אלעס דערציילן און אויסזאגן.


אויך זאלסטו וויסן אז אפילו ווען מען זעט ווי די מויל איז פארקלאפט און פאר האקט, מען וויל רעדן אבער די מויל עפנט זיך נישט - דאס איז אויך גוט, דער רבי זאגט (שם): "זֶה בְּעַצְמוֹ גַם כֵּן טוֹב מְאֹד", דאס אליין איז אויך זייער גוט.


העיקר זאלסטו יעדן טאג גיין אין א שטילע פלאץ און בעט אויף די זאך, אז דו זאלסט זיך קענען עפענען פארן אייבערשטן, אים דערציילן יעדע זאך, ובעיקר ווי שטארק דו ווילסט זיין אן ערליכער איד און עס גייט נישט, דער יצר הרע קומט יעדן טאג מיט נייע מעשיות און דרייט ארום מיט דיר, אבי דיך אוועק צו נעמען פונעם אייבערשטן, און מיט די צייט וועסטו זען אז דו וועסט זיך קענען עפענען דיין הארץ, דו וועסט קענען דערציילן אלעס, אפילו פריוואטע זאכן וואס האט נאר מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א גוטן חודש.

#2440 - שווערע ארבעט, גרויסע חובות, וואס טוט מען?
חובות, פרנסה, תשובה, קרעדיט קארד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער דאש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זיך באדאנקען פאר די שיעורים און לימודים, איך און מיין ווייב הערן אויס די שיעורים און מיר ליינען די בריוו אין עצתו אמונה, און ברוך השם מיר האבן א גוטע שלום בית, און מיינע קינדער לעבן אויך מיט תפילה און אמונה, און אויך מיט חינוך קומט צוניץ די לימודים, אויך לערן איך יעדן טאג בית נצחי און איך בין מעביר סדרה, און ברוך השם איך האב יעצט געענדיגט נאכאמאל משניות, און דאס אלעס איז נאר א דאנק די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אזוי אויך דורך די שיעורים האב איך און מיין ווייב א פשוטע טעלעפאן און מיר האבן נישט קיין אינטערנעט אינדערהיים, מיר קויפן נישט קיין מאגאזינען, און נאך אזויפיל גוטע זאכן.


עטליכע יאר צוריק האב איך געפרעגט דעם ראש ישיבה שליט"א אויב איך זאל בלייבען לערנען מיט בחורים אדער נעמען אן אנדערע ארבעט, דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט אז איך זאל בלייבן לערנען מיט בחורים, ואת חטאי אני מזכיר היום אז איך האב נישט געפאלגט, פאר די לעצטע דריי יאר ארבעט איך ביי א פרנסה וואס איז ביטער שווער בגוף ובנפש, מיין בעל הבית האט הנאה צו זידלען און טשעפען די ארבייטער, און מיין מענעדזשער האט אויך ליב צו אונטערדריקן די וואס ארבעטן אונטער אים, יעדע ארדער איז מיט פרעשור און מיט טענות, נישט קיין חילוק ווי שווער איך ארבעט, אזוי אויך אסאך מאל דארף איך ארבעטן פיזיש און שלעפן גאר שווערע זאכן, נאך מער שטערט מיר די ארבעט ווייל איך האב ליב צו נוצן מיין קאפ, און די סארט ארבעט קען א שוטה אויך טון.


נאך מיין חתונה בין איך געווען יונג און נאריש, איך האב געעפנט דרייסיג קרעדיט קארדס, און איינמאל מען האט קרעדיט קארדס פאלט מען אריין אין חובות, יעצט האב איך ניין קרעדיט קארדס און א סך הכל פון זיבן און צוואנציג טויזנט דאלער חובות, איך און מיין ווייב ארבעטן און מיר דעקן קוים דעם חודש, מיר וואוינען אין גאר א קליינע דירה מיט עטליכע קינדער, מיר דארפן א גרעסערע דירה אבער עס איז נישט מעגליך פאר אונז דאס זיך צו קענען ערלויבן, איך פרוביר צו געבן א חומש פאר צדקה, ווייל ווען איך געב נישט קיין חומש זע איך אז איך פאל נאך טיפער אין חובות, איך פרוביר צו מאכן אפאר עקסטערע דאלער אין די זייט, אבער ביזדערווייל האט גארנישט מצליח געווען.


עס איז מיר שווער אויפצושטיין פרי, און אסאך מאל דאווען איך שחרית ביחידות (אין שול) כדי נישט צו כאפן קולות פון מיין בעל הבית פאר'ן קומען שפעט.


יעצט ווייל איך פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א וואס איך זאל טון ברוחניות ובגשמיות און איך בין גרייט צו פאלגן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דו ביסט טאקע גרייט צו פאלגן - קענסטו אין א קורצע צייט ארויסגיין פון אלע חובות.


הדבר הראשון זאלסטו בארגן די גאנצע סכום וואס דו קומסט פאר די קרעדיט קארדס און זיי באצאלן, א שאד דיין געלט זאל גיין פאר ריבית, מיט די געלט וואס דו האסט געצאלט ריבית ביז אהער - קענסטו אפצאלן די חוב; זאלסטו בארגן פון גוטע פריינד און פון משפחה. מאך זיך א חשבון וויפיל ריבית דו האסט געצאלט ביז אהער, פינף הונדערט דאלער א חודש ריבית, דאס איז א חשבון פון זעקס טויזנט דאלער א יאר, איז ביז פיר יאר קענסטו האבן באצאלט די גאנצע חוב (און זאלסט צעשניידן אלע קארטלעך און דאס אוועק ווארפן).


שנית, נישטא מער אזא ווארט ווי בארגן געלט, זאל זיין וואס זאל זיין, און אז דו דארפסט האבן זייער זייער וויכטיג געלט, צום ביישפיל מען רופט דיך פון די מוסד אז דו ביסט שולדיג געלט און זיי טראגן דיר אן שיינע פלענער פון בארגן וכו' - זאלסטו בשום אין אופן נישט בארגן, חובות הרג'עט דעם מענטש, און אז דו דארפסט האבן געלט ווייל מען גייט אפהאקן די לעקטער - איז אויך נישטא די ווארט בארגן, זאלסט אויסטון די שיינע איד'שאפט קליידער און בעט צדקה פון גוטע פריינד, בעט הילף, און אז א גוטער חבר וועט דיר זאגן איך בין דיר גרייט צו בארגן - זאלסטו אים זאגן אז דיין דאקטער לאזט נישט ווייל עס קען דיך הרג'ענען.


מיין נישט אז איך טרייב איבער, עס איז נאך אסאך ערגער ווי דא שטייט, מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד מיט חובות, מען קען נישט תשובה טון מיט חובות, דער רבי זאגט (ספר המדות אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון - איז די ערשטע זאך - זאל ער באצאלן זיינע חובות.


בנוגע דיין ארבעט; אז דער בעל הבית זידעלט דיך, זאלסטו אים פרעגן שיינערהייט אויב ער איז צופרידן פון דיר, אויב זאגט ער ניין, ער זאגט: "דארפסט מאכן בעסער" - זאלסטו מאכן בעסער, און אויב זאגט ער אז ער איז יא צופרידן זאלסטו אים זאגן אז די וועג ווי אזוי מען רעדט צו דיר שטערט דיר; עס קען אמאל זיין פון איבערגעשטרענגטקייט פון די שווערע לאסט וואס ליגט אויפן בעל הבית - שרייט ער און זאגט וכו', זאלסטו שיין רעדן מיט אים.


אוודאי וואלט ווען בעסער געווען ווען דו לייגסט דיינע כוחות אין זאכן וואס בלייבט, אין הרבצת התורה, לערנען, ווי צום ביישפיל לערנען מיט קינדער אדער לערנען מיט בחורים, דאס איז זאכן וואס מען נעמט מיט, אנדערע ארבעט איז נאר צייטווייליג, אבער יעצט אז דו האסט שוין די ארבעט - זאלסטו דאס נישט אפלאזן. ביי די ארבעט זאלסטו בענקען צום אייבערשטן, זאלסט זיך מתבודד זיין, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן דו זאלסט קענען לערנען און דאווענען און אויך האבן פרנסה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2439 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס גנב'ט?
חינוך הילדים, גניבה, קאפל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס טוט מען מיט א קינד וואס וויפיל מען זאגט אים, נעמט ער אלץ אוועק זאכן פון א צווייטן אינגל, אדער אפילו פונעם מלמד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


ביי גניבה דארף מען זייער אכטונג געבן אויסצולערנען די קינדער נישט צו גנב'ענען, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות גניבה וגזילה, סימן א): "מי שנפתה לבו לגזול וכיון שהתיר לעצמו גזילת חבירו, הרי הוא מוכן לכל חטא ועון, ואין תקנה להסירו מדרכו הרעה", ווער עס איז איבערגערעדט געווארן צו גנב'ענען, איינמאל ער פאלט אין דעם, ער הייבט אן גנב'ענען - איז א סימן אז ער איז גרייט צו טון אלע עבירות און עס איז נישטא קיין וועג אים צו פאררעכטן.


אבער חס וחלילה פארשעמען, שלאגן אדער משפיל זיין, נאר אים מחנך זיין, אים זאגן די הארבקייט פון גניבה, און אז מען קען ביים סוף אנקומען אין תפיסה; און אז מען זעט אז מען פועל'ט נישט - געבט מען א קנס פון נישט גיין שפילן ביי הפסקה וכדומה, אבער חס ושלום פארשעמען און געבן א צונאמען 'גנב'; דאס מאכט נישט בעסער, דאס מאכט נאר מען זאל אלעס אפלאזן, אזוי ווי מיר זעען, די תורה הייבט זיך אן (בראשית א, א): "בראשית ברא אלוקים את השמים ואת הארץ", די תורה דערציילט בריאת שמים וארץ, פרעגט רש"י, פארוואס הייבט מען נישט אן מיט די מצוות? מיט "החודש הזה לכם ראש חדשים"? נאר וויבאלד די גוים טענה'ן אז מיר זענען גנבים, מיר האבן געגנב'עט ארץ כנען, זאגט די תורה מיר זענען נישט קיין גנבים, די וועלט האט דער אייבערשטער באשאפן, ער האט ערשט געגעבן ארץ ישראל פאר די פעלקער און שפעטער האט ער עס אוועק גענומען פון זיי און אונז געגעבן; מען דארף פארשטיין, וואס איז דא דער ענטפער אז מען הייבט נישט אן די תורה מיט די תרי"ג מצוות ווייל וכו', דאס קען מען זאגן שפעטער, אז ארץ ישראל באלאנגט פאר די אידן, די תורה זאל זיך אנהייבן מיט אלע מצוות און ערגעץ אינמיטן אדער ביים סוף זאל שטיין די ראי' אז מיר זענען נישט קיין גנבים?


נאר אז מען וויל לערנען מיט א איד תורה און מען באטיטלט אים 'גנב' - איז נישט מעגליך דער מענטש זאל לערנען תורה, ווייל ער איז ביי זיך צעקלאפט, ער קוט זיך אן ווי א שלעכטער; דאס זאגט רש"י, מען קען נישט געבן די תורה פאר א פאלק וואס מען באטיטלט זיי פאר גנבים, פארברעכער, מען מוז ערשט אפווישן די שלעכטע געפיל און די טענה וואס מען זאגט אויף אונז אז מיר זענען גנבים, פאברעכער, אז דאס איז נישט וואר; יעצט קען מען לערנען די פרשה פון "החודש הזה לכם ראש חדשים", אז דו זאגסט איך בין נישט קיין גנב, דו קוקסט גוט אויף מיר - בין איך גרייט צו הערן די גאנצע תורה.


אויך זאלסטו זען אז דער קינד זאל האבן א גרויסע קאפל, דאס איז א סגולה פאר נישט גנב'ענען. די הייליגע חכמים דערציילן (שבת קנו:), די שטערן זעער האבן געזאגט פאר די מאמע פון רבי נחמן בר יצחק אז זי גייט האבן א קינד א גנב, האט די מאמע געמאכט א קאפל, זי האט דאס אנגעטון פארן קינד און אים אנגעזאגט ער זאל אלץ גיין מיט דעם, און ער איז געווארן א גרויסער צדיק, איינמאל איז אים די קאפל אראפגעפאלן, איז ער גלייך געלאפן גנב'ענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.



א גוטן חודש.

#2438 - פארוואס האב איך געשריגן אויף מיין ווייב?
שלום בית, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך שפיר זיך צו באגראבן פאר בושה, איך האב פריער זיך אויפגערעגט און געשריגן אויף מיין ווייב, ווי אזוי האב איך דאס געקענט טון? איך בין אנגעפילט מיט חרטה געפילן, און איך שעם זיך פון מיך אליין, ווי אזוי וועל איך קענען באווייזן מיין פנים פאר'ן הייליגן רבי'ן ווען איך קום צו אים אין אומאן אין קוים א וואך ארום?


ברוך ה' אז מיין לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן, ממש פון איין עק צום אנדערן, אבער נאר ווען עס קומט צו טעכנישע זאכן וואס מען דארף טון, צו דאווענען, לערנען, מקוה, הפצה, און אזוי ווייטער; ווען וועל איך אבער שוין זוכה זיין צו מער פנימיות'דיגע זאכן, זיך נישט אויפצורעגן, צו רעדן שיין אינדערהיים, צו טראכטן נאר גוטע מחשבות, און דאס גלייכן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים-וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אוי וויי, וואס איז מיט דיר, ווי מעג זיין אזא זאך - מען זאל שרייען אויף א ווייב? מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט אז דער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן האט אמאל געהערט ווי איינער שרייט אויף זיין ווייב, האט דער צדיק אפיר גענומען דעם איד און די זייט און אים פארגעהאלטן: "אויף א ווייב שרייט מען?! צו א ווייב דארף מען רעדן ווייך, איידל און שיין".


איך בעט דיר און איך ווארן דיך, שריי נישט אין שטוב, שריי נישט אויף דיין ווייב; אז מען שרייט אויף די ווייב, מען כעס'ט זיך - טרייבט מען ארויס די שכינה פון שטוב. א ברסלב'ער חסיד דארף רעדן שיין צו די ווייב, דער הייליגער רבי האט אונז אויף דעם זייער געווארענט (שיחות הר"ן, סימן רסג), אז מען דארף רחמנות האבן אויף די ווייב, מען דארף רעדן שיין צו איר און איר האלטן טייער.


גיי התבודדות, דאס וועט ארויסנעמען אלע נערווען פון דיר. זוך א ווינקל וואו זיך אויסצושמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן און זאג: "הייליגער באשעפער איך דארף א ישועה, איך פארליר זיך אין שטוב אויף מיין ווייב, הייליגער באשעפער ראטעווע מיך, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה, איך זאל זיך נישט פארלירן, איך זאל וויסן און געדענקען אז דו ביסט נעבן מיר, דו ביסט אין שטוב און דו זעסט אלעס וואס איך טו, און אויך ווען זאכן גייען נישט ווי איך וויל - זאל איך האבן סבלנות, זיך נישט כעס'ן, העלף מיר איך זאל נישט נערוועז ווערן און שרייען אויף מיין ווייב"; אזוי זאלסטו בעטן או בעטן דעם אייבערשטן, ביז דו וועסט זיך קענען איינהאלטן עס זאל נישט פאסירן אזוינס נאכאמאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה.

#2437 - ווי קען מען גענוג דאנקען אויף די מוסדות?
חינוך הילדים, סבלנות, הכרת הטוב, סקול, מוסדות, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די וואך שבת, ווען איך און מיין מאן האבן געליינט די בריוו פון א מנהל וואס האט געשלאגן אן אומשולדיג זיבן יעריג קינד, האבן מיר ביידע געוויינט, אז ווען אונזערע קינדער וואלטן געלערנט אין אן אנדערע חדר וואלט דאך די מעשה געשען מיט אונזער זון, מיר קענען נישט ענדיגן צו דאנקען דעם אייבערשטן פאר די חסד וואס ער טוט מיט אונז אז אונזערע קינדער געפינען זיך אין אזא גוטע פלאץ.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים-וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז דו און דיין ווייב זענען צופרידן פון די חדר און בית פיגא, מוהרא"ש האט אונז אזויפיל מחזק געווען ווי אזוי זיך צו פירן מיט קינדער, מיר זאלן נישט שלאגן און נישט דערנידערן די קינדער, און ווען עס איז געווען די שרעקליכע טראגעדיע ביי כלל ישראל, ווען א איד האט צעשניטן א קליין קינד השם ישמרינו און אלע האבן געהאלטן הספדים, אלע האבן געזאגט אז עס קומט פאר דעם עס קומט פאר יענץ, דעמאלט האט מוהרא"ש געגעבן א פלאם פייערדיגע הספד און געזאגט אז דאס איז געקומען ווייל מען צעשניידט קינדער טאג טעגליך.


דא האסטו א קליינע שטיקל פון די הספד וואס מוהרא"ש האט געגעבן:


מִיר זֶענֶען אַלֶע צֶעטְרֵייסְלְט פוּן דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע מַעֲשֶׂה וָואס הָאט יֶעצְט פַּאסִירְט, עֶס אִיז גֶעקוּמֶען אַ אִיד וָואס פַארְרוּפְט זִיךְ צוּ זַיין אַ שׁוֹמֵר תּוֹרָה וּמִצְוֹת, עֶר הָאט עֶרְשְׁט יֶעצְט גֶעעֶנְדִיגְט דַאוֶוענֶען מִנְחָה אוּן מַעֲרִיב, אוּן עֶר הָאט גֶענוּמֶען אַן אוּמְשׁוּלְדִיג טֵייעֶר קִינְד אוּן אִים צֶעשְׁנִיטְן אוֹיף שְׁטִיקֶער. פַארְוָואס זָאלְן מִיר אָבֶּער נִישְׁט וֶוערְן דֶערְצִיטֶערְט אוּן צֶעטְרֵייסְלְט אַז קִינְדֶער וֶוערְן צֶעשְׁנִיטְן טָאג טֶעגְלִיךְ אִין דִי חַדָרִים אוּן שׁוּלֶעס דוּרְךְ מְלַמְדִים אוּן לֶערֶערִינְס.


יֶעצְט הָאט מֶען לֵיידֶער צֶעשְׁנִיטְן דֶער קֶערְפֶּער פוּן אַ קִינְד, וָואס דָאס זֶעט יֶעדֶער מִיט דִי אוֹיגְן. לֵיידֶער זֶענֶען אָבֶּער דָא מְלַמְדִים וָואס צֶעשְׁנַיידְן קִינְדֶער יֶעדְן טָאג! מֶען קֶען דָאס טַאקֶע נִישְׁט זֶען מִיט דִי אוֹיגְן, אִיךְ בִּין אָבֶּער בִּכְלַל נִישְׁט מְגַזֵם. יָא, עֶס אִיז מַמָשׁ אַזוֹי! מֶען הַרְגְ'ט קִינְדֶער! וֶוען אַ מְלַמֵד טוּט נִישְׁט זַיין אַרְבֶּעט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, עֶר טְשֶׁעפֶּעט אַ קִינְד, עֶר דֶערְנִידֶערְט אַ קִינְד, עֶר שְׁפֶּעט אָפּ פוּן אַ קִינְד; וֶוערְט דָאס נֶפֶשׁ פוּנֶעם קִינְד צֶעשְׁנִיטְן, זַיין מֹחַ וֶוערְט צֶעשְׁנִיטְן, דָאס הַרְגְ'ט אִים אָפּ פַאר זַיין גַאנְץ לֶעבְּן, עֶר בְּלַייבְּט אַ בַּעַל מוּם פַאר אַלֶע זַיינֶע יָארְן!


דָאס הוֹיבְּט זִיךְ אָן פוּן דִי גָאר קְלֵיינֶע קִינְדֶער אִין קִינְדֶערְגַארְטְן, אוּן אַזוֹי גֵייט עֶס וַוייטֶער וֶוען מֶען הוֹיבְּט אָן לֶערְנֶען דִי אַלֶף-בֵּית, עִבְרִי, בִּיז אַרוֹיף צוּ דִי בַּר מִצְוָה, אוּן שְׁפֶּעטֶער אִין יְשִׁיבָה. מֶען קֶען זִיךְ אַיינְרֶעדְן אַז אַ קְלֵיין קִינְד פַארְשְׁטֵייט נָאכְנִישְׁט אוּן וֶוערְט נָאכְנִישְׁט אַזוֹי צֶעקְלַאפְּט וֶוען מֶען דֶערְנִידֶערְט אִים, דֶער אֱמֶת אִיז אָבֶּער אַז אֲפִילוּ גָאר קְלֵיינֶע קִינְדֶער וֶוערְן אִינְגַאנְצְן צֶעשְׁנִיטְן וֶוען מֶען נֶעמְט זִיךְ צוּ זֵייעֶרֶע בֵּיינֶער. אַ מְלַמֵד וָואס טְשֶׁעפֶּעט אוּן שְׁפֶּעט אָפּ פוּן אַ קִינְד, הָאט אִים מַמָשׁ צֶעשְׁנִיטְן, גֶע'שָׁחְטְ'ן, אוּן גֶע'הַרְגְ'ט!


אַ מְלַמֵד דַארְף הָאבְּן דִי וֶועלְט'ס גֶעדוּלְד צוּ דִי קִינְדֶער, זִיךְ אַרָאפְּלָאזְן צוּ זֵיי אוּן רֶעדְן שֵׁיין צוּ זֵיי, זֵיי מַאכְן פְרֵיילִיךְ, אוּן נָאר אַזוֹי קֶען עֶר מַצְלִיחַ זַיין מִיט זֵיי, נָאר אַזוֹי קֶען עֶר לֶערְנֶען מִיט זֵיי, אוּן זֵיי אָנְגְרֵייטְן אוֹיף זֵייעֶר לֶעבְּן. עֶר קֶען נִישְׁט וֶוערְן נֶערְוֶועז פוּן דִי קִינְדֶער אוּן הַאקְן, שְׁלָאגְן, אוּן זֶעצְן פוּן אַלֶע זַייטְן, וַוייל דִי אֵיינְצִיגְסְטֶע זַאךְ וָואס עֶר וֶועט אוֹיפְטוּן אִיז נָאר אַז עֶר וֶועט אָפְּ'הַרְגְ'נֶען דִי קִינְדֶער פַאר זֵייעֶר לֶעבְּן.


אִיךְ זָאג אַלֶעמָאל אַז אַ מְלַמֵד וָואס קֶען נִישְׁט הַאלְטְן דִי הֶענְט בַּיי זִיךְ, עֶר הַאקְט אוּן שְׁלָאגְט דִי קִינְדֶער, דַארְף עֶר עֶנְדֶערְשׁ גֵיין אַרְבֶּעטְן בַּיי דִי "סֶענִיטֶעישָׁאן" - צוּזַאמְצוּנֶעמֶען דִי מִיסְט פוּן דִי גַאסְן... מֶען קֶען זֶען וִוי דִי גוֹיִם וָואס אַרְבֶּעטְן מִיט דִי מִיסְט, וָואס דָאס אִיז זֵייעֶר נִישְׁט קַיין גֶעשְׁמַאקֶע אַרְבֶּעט, פוּן דִי מִיסְט קוּמְט אַרוֹיס אַ שְׁלֶעכְטֶער גֶערוּךְ, אוּן וֶוער רֶעדְט נָאךְ אִין דִי זוּמֶער טֶעג וֶוען דִי גֶערוּךְ אִיז מַמָשׁ נִישְׁט אוֹיסְצוּהַאלְטְן, אוּן דִי אַרְבֶּעטֶער זֶענֶען בְּרוֹגֶז אַז זֵיי דַארְפְן טוּן דִי שְׁמוּצִיגֶע אַרְבֶּעט, אוּן זֵיי גֶעבְּן אוֹיס זֵייעֶר כַּעַס אוֹיף דִי מִיסְט קַאנֶעס [גַארְבִּיטְשׁ קֶענְס], זֵיי וַוארְפְן עֶס אַרוּם וִוי שְׁפִּילְצֵייג, עֶס צֶעבְּרֶעכְט זִיךְ, אוּן דֶערְנָאךְ קֶען מֶען גֵיין אַרַיינְרוּפְן זִיךְ צוּ בַּאקְלָאגְן, אוּן פַארְשְׁטֵייט זִיךְ אַז מֶען וֶועט קֵיינְמָאל נִישְׁט בַּאקוּמֶען קַיין עֶנְטְפֶער אוֹיף צוּרִיק...


דָאס אִיז דֶער רִיכְטִיגֶער פַאךְ וָואס אַ נֶערְוֶועזֶער מְלַמֵד דַארְף צוּ טוּן... אוֹיבּ קֶען עֶר נִישְׁט הַאלְטְן דִי הֶענְט בַּיי זִיךְ, עֶר קֶען זִיךְ נִישְׁט אַיינְהַאלְטְן פוּן צוּ פְרַאסְקֶען אוּן שְׁלָאגְן דִי קִינְדֶער, זָאל עֶר גֵיין אַרְבֶּעטְן בַּיי דִי מִיסְט אוּן זִיךְ אוֹיסְגֶעבְּן זַיין גַאנְצֶער כַּעַס אוֹיף דִי מִיסְט קַאנֶעס וֶועלְכֶע הָאבְּן נִישְׁט קַיין גֶעפִילְן, עֶר זָאל וַוארְפְן דִי קַאנֶעס מִיטְ'ן גַאנְצְן כֹּחַ, עֶס צֶעבְּרֶעכְן אוֹיף שְׁטִיקֶער, עֶר זָאל אָבֶּער נִישְׁט אוֹיסְגֶעבְּן זַיין כַּעַס אוֹיף אוּמְשׁוּלְדִיגֶע קִינְדֶער וֶועלְכֶע וֶוערְן גֶע'הַרְגְ'ט אִינְגַאנְצְן דוּרְךְ דֶעם.


אִיךְ הָאבּ גֶעהֶערְט הֶסְפֵּדִים פוּן גְרוֹיסֶע בַּעֲלֵי דַּרְשָׁנִים וֶועלְכֶע הָאבְּן פְּרוּבִּירְט צוּ זוּכְן וָואס מֶען דַארְף זִיךְ לֶערְנֶען פוּן דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע טְרַאגֶעדְיֶע, זֵיי לֵייגְן עֶס אָן אוֹיף דִי טֶעכְנֶעלָאגְיֶע, אוֹיף דִי טֶעלֶעפָאוּנְס אוּן דִי קָאמְפְּיוּטֶערְס וָואס פִירְן אַרָאפּ אִידִישֶׁע קִינְדֶער פוּן וֶועג. אִיךְ וִויל אָבֶּער פַארְשְׁטֵיין פַארְוָואס אַ קִינְד זָאל וֶועלְן נֶעמֶען דִי אַלֶע כֵּלִים? פַארְוָואס פֶעלְט אִים דָאס אוֹיס? פַארְוָואס דַארְף עֶר דָאס הָאבְּן בִּכְלַל?


דָאס אִיז דָאךְ נָאר דֶערְפַאר וַוייל זַיינֶע מְלַמְדִים הָאבְּן נִישְׁט גֶעהַאט קַיין גֶעדוּלְד צוּ אִים, אַנְשְׁטָאט זִיךְ אַרָאפְּצוּלָאזְן צוּ אִים מִיט לִיבְּשַׁאפְט, צוּ לֶערְנֶען מִיט אִים וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַרַיינְבְּרֶענְגֶען אִין אִים אַ לִיבְּשַׁאפְט צוּ דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, וָואס דַאן וָואלְט דָאס קִינְד בִּכְלַל נִישְׁט גֶעגַאנְגֶען זוּכְן קַיין שְׁלֶעכְטֶע זַאכְן; אַנְשְׁטָאט דֶעם גֵייט דֶער מְלַמֵד אוּן שְׁפֶּעט אָפּ פוּנֶעם קִינְד, עֶר טְשֶׁעפֶּעט אִים אוּן שְׁלָאגְט אִים מִיט רְצִיחָה, אוּן דַאן פַארְלִירְט דָאס קִינְד זַיין גַאנְצֶער חֵשֶׁק צוּ תּוֹרָה אוּן צוּ אִידִישְׁקֵייט, אוּן גֵייט זִיךְ זוּכְן גְלִיקְן אִין דִי פְרֶעמְד.


אַ גוּטֶער מְלַמֵד, אַן אִיבֶּערְגֶעגֶעבֶּענֶער מְלַמֵד, וָואס וֵוייסְט אַז מֶען הָאט אִים אָנְפַארְטְרוֹיעֶט טֵייעֶרֶע אִידִישֶׁע נְשָׁמוֹת אַז עֶר זָאל לֶערְנֶען מִיט זֵיי אוּן זֵיי אוֹיפְבּוֹיעֶן, וֶוען עֶר וִויל אוֹיסְלֶערְנֶען אַלֶף-בֵּית פַאר דִי קִינְדֶער, וֶועט עֶר זִיךְ אַרָאפְּזֶעצְן מִיט זֵיי אוֹיף דֶער עֶרְד, עֶר וֶועט שְׁפִּילְן מִיט זֵיי מִיט דִי שְׁפִּילְצֵייג, אוּן מִיט דִי שְׁפִּילְצֵייג וֶועט עֶר זֵיי אוֹיסְשְׁטֶעלְן אַן "אַלֶף", אוּן דֶערְנָאךְ אַ "בֵּית", אוּן אַזוֹי וַוייטֶער. וֶוען אֵיינֶער וֶועט אַרַיינְשְׁפַּאצִירְן אִין קְלַאס אוּן זֶען וִוי דֶער מְלַמֵד זִיצְט אוֹיף דֶער עֶרְד אוּן שְׁפִּילְט זִיךְ וִוי אַ קְלֵיין קִינְד, וֶועט עֶר מֵיינֶען אַז דֶער מֶענְטְשׁ אִיז אַרָאפּ פוּן זִינֶען. אָבֶּער שְׁפֶּעטֶער וֶוען דָאס קִינְד קוּמְט אַהֵיים, וֶועט עֶר וַוייזְן פַאר זַיינֶע עֶלְטֶערְן וִוי גוּט עֶר קֶען דִי "אַלֶף-בֵּית", עֶר וֶועט וַוייזְן מִיט זַיינֶע שְׁפִּילְצֵייג וִוי אַזוֹי דֶער מְלַמֵד הָאט אִים אוֹיסְגֶעלֶערְנְט צוּ מַאכְן דִי אוֹתִיוֹת. דָאס הֵייסְט אַ גוּטֶער מְלַמֵד, עֶר הָאט גֶעדוּלְד צוּ דִי קִינְדֶער, עֶר לָאזְט זִיךְ אַרָאפּ צוּ זֵייעֶר שְׁטַאפְּל, אוּן מֶען זֶעט צוּם סוֹף וִוי זֵיי קֶענֶען זֵייעֶר גוּט וָואס עֶר הָאט מִיט זֵיי גֶעלֶערְנְט.


דֶער מְלַמֵד דֶערְצֵיילְט שֵׁיינֶע מַעֲשִׂיוֹת פַאר דִי קִינְדֶער, עֶר וַוייזְט זֵיי וִוי דֶער אוֹת "אַלֶף" אִיז וִוי אַ מֶענְטְשׁ וָואס שְׁטֵייט שִׁיף, עֶר הַאלְט אֵיין הַאנְט אוֹיף אַרוֹיף, צוּ נֶעמֶען פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן אֵיין הַאנְט אוֹיף אַרָאפּ, וָואס מִיט דֶעם גֶעבְּט עֶר פַאר אַ צְוֵוייטְן.


אוּן אַזוֹי גֵייט עֶס וַוייטֶער וֶוען דֶער קוּמֶענְדִיגֶער מְלַמֵד לֶערְנְט מִיט דִי קִינְדֶער עִבְרִי, אוּן דֶערְנָאךְ לֶערְנְט מֶען מִיט זֵיי חוּמָשׁ, דֶער מְלַמֵד הוֹיבְּט אָן לֶערְנֶען מִיט דִי קִינְדֶער אַ פָּסוּק אָדֶער צְוֵויי חוּמָשׁ, מִיט גֶעדוּלְד דֶערְצֵיילְט עֶר קוֹדֶם פַאר דִי קִינְדֶער וָואס דִי פַּרְשָׁה אִיז, וָואס דִי תּוֹרָה לֶערְנְט מִיט אוּנְז דִי וָואךְ, אוּן עֶר לֶערְנְט מִיט זֵיי עֶטְלִיכֶע פְּסוּקִים חוּמָשׁ, אוּן מִיט דִי צַייט גֵייט עֶר וַוייטֶער צוּ לֶערְנֶען מֶער אוּן מֶער חוּמָשׁ, דֶערְנָאךְ הוֹיבְּט עֶר אָן לֶערְנֶען מִיט זֵיי אַבִּיסְל רַשִׁ"י, אוּן אַלֶעס מִיט אַ רוּאִיגְקֵייט אוּן גֶעלַאסְנְקֵייט, אַז דִי קִינְדֶער זָאלְן בְּלַייבְּן מִיט אַ גוּטְן טַעַם אִין מוֹיל פוּן דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, נִישְׁט אַז דָאס זָאל זַיין בַּאגְלֵייט מִיט פֶּעטְשׁ, שְׁלֶעק אוּן בּוּשׁוֹת.


לָאמִיר נֶעמֶען אַ בַּיישְׁפִּיל פוּן אַ קִינְד וָואס שְׁטָאלְפֶּערְט. אַ מְלַמֵד מִיט אַבִּיסְל שֵׂכֶל וֶועט נִישְׁט הֵייסְן פַאר אַזַא קִינְד צוּ זָאגְן הוֹיךְ דִי חוּמָשׁ, וַוייל דִי אַנְדֶערֶע קִינְדֶער וֶועלְן אִים אוֹיסְלַאכְן. זֶענֶען אָבֶּער דָא רִשְׁעוּת'דִיגֶע מְלַמְדִים וָואס וֶועלְן יָא הֵייסְן פַאר דֶעם קִינְד זָאגְן הוֹיךְ דִי חוּמָשׁ, דָאס קִינְד צִיטֶערְט פוּנֶעם מְלַמֵד אוּן הוֹיבְּט שְׁטָאלְפֶּערְן בַּיי יֶעדְן אוֹת, אַלֶע קִינְדֶער לַאכְן אִים אוֹיס, אוּן דֶער מְלַמֵד אִיז נָאכְאַלְץ נִישְׁט צוּפְרִידְן, עֶר הוֹיבְּט אָן שְׁפֶּעטְן אוּן נָאכְמַאכְן דָאס קִינְד וִוי עֶר שְׁטָאלְפֶּערְט, אוּן שְׁרֵייט אִים נָאךְ אָן אַז עֶר זָאל זָאגְן שְׁנֶעלֶער. וָואס הָאט דֶער מְלַמֵד יֶעצְט גֶעטוּן? עֶר הָאט גֶענוּמֶען אַ מֶעסֶער אוּן צֶעשְׁנִיטְן דָאס קִינְד אוֹיף שְׁטִיקֶער! אוּן נָאךְ עֶרְגֶער פוּן דֶעם! וַוייל וֶוען מֶען הַרְגְ'ט אַ קִינְד פִיזִישׁ, אִיז דָאס נָאר אַן אֵיינְמָאלִיגֶע זַאךְ; וֶוען מֶען הַרְגְ'ט אָבֶּער אַ קִינְד גֵייסְטִישׁ, הָאט מֶען אִים גֶע'הַרְגְ'ט לֶעבֶּעדִיגֶערְהֵייט, עֶר וֶועט דָאס גֶעדֶענְקֶען זַיין גַאנְץ לֶעבְּן, אוּן עֶר וֶועט שׁוֹין הָאבְּן אַ גֶע'הַרְגְ'טֶע לֶעבְּן!


וִוי אַזוֹי קֶען מֶען אִיבֶּערְגֶעבְּן אַ קִינְד פַאר אַ מְלַמֵד אוּן אִים גֶעטְרוֹיעֶן אַז עֶר וֶועט זִיךְ אָפְּגֶעבְּן מִיט אִים וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין? אַז מֶען נֶעמְט אוֹיף מְלַמְדִים אִין דִי וֶועלְט אַרַיין, מֶען קוּקְט נִישְׁט פַארְדֶעם צוּ זֶען אוֹיבּ עֶר טוֹיג טַאקֶע זִיךְ אָפְּצוּגֶעבְּן מִיט דִי קִינְדֶער, וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ דֶער מְלַמֵד וֶועט נִישְׁט אוֹיסְגֶעבְּן אַלֶע זַיינֶע אָנְגֶעצוֹיגֶענֶע נֶערְוֶוען אוֹיף דִי קִינְדֶער? וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ דֶער מְלַמֵד וֶועט נִישְׁט שְׁלָאגְן אוּן הַרְגְ'עֶנֶען דִי קִינְדֶער מִיט מַכּוֹת רֶצַח פַאר יֶעדֶע קְלֵיינִיקֵייט וָואס וֶועט אִים נִישְׁט שְׁמֶעקְן?


איך וועל נישט אראפברענגען די גאנצע הספד אבער נאך איין שטיקל וויל איך ענק אראפברענגען:


אִיךְ וֶועל אַייךְ דֶערְצֵיילְן אַ מַעֲשֶׂה פוּן אַ אִינְגְל אִין חֵדֶר, דֶער טַאטֶע פוּן דֶעם אִינְגְל זִיצְט דָא יֶעצְט בַּיים שִׁיעוּר. דֶער אִינְגְל אִיז נֶעבֶּעךְ גֶעוָוארְן אַ יָתוֹם בַּיי דִי פִינְף יָאר, זַיין מַאמֶע אִיז נִפְטָר גֶעוָוארְן יוּנְגֶערְהֵייט. אֵיין טָאג הָאט מֶען גֶעגֶעבְּן צוּ עֶסְן אֵייעֶר אִין חֵדֶר פַאר מִיטָאג, דָאס קְלֵיין אִינְגְל הָאט שְׁטִילֶערְהֵייט אַרַיינְגֶעלֵייגְט עֶטְלִיכֶע אֵייעֶר אִין טַאשׁ, אוּן דֶער מְנַהֵל הָאט דָאס בַּאמֶערְקְט.


מֶער הָאט נִישְׁט אוֹיסְגֶעפֶעלְט, דֶער מְנַהֵל אִיז אַרַיין אִין אַ וִוילְדֶע כַּעַס אַז דֶער אִינְגְל הָאט גֶע'גַנְבְ'ט עֶטְלִיכֶע אֵייעֶר, אוּן עֶר הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ שְׁלָאגְן דֶעם קִינְד מַכּוֹת רֶצַח, עֶר הָאט אַזוֹי גֶעפְרַאסְקֶעט אוּן גֶעשְׁלָאגְן, אַז דֶער מְלַמֵד פוּנֶעם אִינְגְל הָאט דָאס שׁוֹין מֶער נִישְׁט גֶעקֶענְט צוּקוּקְן, הָאט עֶר גֶענוּמֶען דָאס קִינְד אִין דִי זַייט אוּן אִים גֶעפְרֶעגְט פַארְוָואס עֶר הָאט גֶענוּמֶען דִי אֵייעֶר, הָאט דֶער אִינְגְל גֶעזָאגְט אַז עֶר הָאט זִיךְ גֶעשְׁפִּילְט מִיט דִי שְׁנֵיי אוֹיפְ'ן גַאס אוּן עֶר אִיז גֶעוָוארְן זֵייעֶר קַאלְט, דֶערִיבֶּער הָאט עֶר גֶעוָואלְט אַרַיינְלֵייגְן עֶטְלִיכֶע וַוארִימֶע אֵייעֶר אִין טַאשׁ זִיךְ אָנְצוּאוַוארִימֶען מִיט דֶעם, עֶר הָאט נָאכְדֶעם גֶעוָואלְט צוּרִיקְלֵייגְן דִי אֵייעֶר.


יֶעצְט לָאמִיר פַארְשְׁטֵיין וָואס אִיז גֶעוֶוען דִי גְרוֹיסֶע עֲבֵירָה פוּן דֶעם אִינְגְל אַז עֶר הָאט גֶעדַארְפְט כַאפְּן דֶערְפַאר אַזֶעלְכֶע גֶע'הַרְגְ'טֶע שְׁלֶעק. קוֹדֶם הָאט עֶר בִּכְלַל נִישְׁט גֶעוָואלְט גַנְבְ'עֶנֶען דִי אֵייעֶר, עֶר הָאט זִיךְ נָאר גֶעוָואלְט אָנְוַוארִימֶען דֶערְמִיט פַאר עֶטְלִיכֶע מִינוּט, וָואלְט וֶוען דֶער מְנַהֵל אִים גֶעדַארְפְט קוֹדֶם פְרֶעגְן פַארְוָואס עֶר הָאט דָאס גֶעטוּן, אוּן דַאן וָואלְט עֶס שׁוֹין גֶעוֶוען אַן אַנְדֶערֶע מַעֲשֶׂה אִינְגַאנְצְן. צְוֵוייטְנְס, אֲפִילוּ לָאמִיר זָאגְן אַז עֶר הָאט יָא גֶעוָואלְט גַנְבְ'עֶנֶען דִי אֵייעֶר, קוּמְט זִיךְ אִים פַאר דֶעם מַכּוֹת רֶצַח? לֶערְן אִים אוֹיס אוּן זָאג אִים אַז עֶר זָאל דָאס נִישְׁט טוּן נָאכְאַמָאל. אוּן דְרִיטְנְס, אֲפִילוּ אוֹיבּ דֶער מְנַהֵל הַאלְט יָא אַז עֶס קוּמְט זִיךְ אַ שְׁטְרָאף פַאר דֶעם אִינְגְל, אִיז דָאךְ דָא גֶענוּג נָארְמַאלֶע שְׁטְרָאפְן אִים צוּ גֶעבְּן, עֶר קֶען אִים זָאגְן אַז מָארְגְן וֶועט עֶר נִישְׁט קֶענֶען אַרוֹיסְגֵיין שְׁפִּילְן בַּיי מִיטָאג, אָדֶער עֶפֶּעס עֶנְלִיךְ; עֶס קוּמְט זִיךְ זִיכֶער נִישְׁט קַיין שְׁרֶעקְלִיכֶע שְׁלֶעק פַאר אַ קְלֵיין אִינְגְל וָואס הָאט גֶע'גַנְבְ'ט אַפָּאר אֵייעֶר.


אַן עֶנְלִיכֶע מַעֲשֶׂה הָאט אִיךְ גֶעהֶערְט פוּן אַ מְלַמֵד פוּן אַן אַנְדֶערֶע תַּלְמוּד תּוֹרָה. דֶערְצֵיילְט עֶר מִיר אַז אֵיין טָאג בַּיי מִיטָאג אִיז גֶעוֶוען דָארְט אַ מְלַמֵד וָואס הָאט גֶעפֶערְלִיךְ גֶעשְׁלָאגְן אַ קִינְד, מַמָשׁ גֶע'הַרְגְ'טֶע קְלֶעפּ פַאר אַ קְלֵיין אִינְגְל. דִי אִיבְּרִיגֶע מְלַמְדִים זֶענֶען גֶעקוּמֶען צוּ לוֹיפְן צוּ זֶען וָואס עֶס הָאט פַּאסִירְט, זָאגְט יֶענֶער מְלַמֵד אַז אַזוֹי וִוי דָארְט אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען קַיין הַאנְטוּכֶער אָפְּצוּאוִוישְׁן דִי הֶענְט, נָאר עֶס אִיז גֶעוֶוען דָארְט אַ בְּלָאזֶער וָואס בְּלָאזְט אַרוֹיס הֵייסֶע לוּפְט אוּן מִיט דֶעם טְרוּקְנְט מֶען זִיךְ אָפּ דִי הֶענְט, אִיז גֶעגַאנְגֶען דֶער אִינְגְל אוּן עֶר הָאט גֶעוָואלְט אַרַיינְשְׁטוּפְּן אַן אֵיי אִין דִי מַאשִׁין, אוּן אַזוֹי צֶעבְּרֶעכְן דִי מַאשִׁין, אוּן דֶערִיבֶּער קוּמְט זִיךְ אִים גוּטֶע פֶּעטְשׁ.


יֶעצְט אִיז וִוידֶער דִי זֶעלְבֶּע מַעֲשֶׂה, קוֹדֶם פְרֶעג דֶעם קִינְד וָואס עֶר הָאט גֶעוָואלְט טוּן אוּן פַארְוָואס עֶר הָאט דָאס גֶעטוּן, אֵיידֶער דוּ מַאכְסְט אָפּ אַז עֶר הָאט זִיכֶער בְּמֵזִיד גֶעוָואלְט צֶעבְּרֶעכְן דִי מַאשִׁין. דֶערְנָאךְ קוּק טַאקֶע אוֹיבּ דֶער מַאשִׁין אִיז צֶעבְּרָאכְן גֶעוָוארְן. אוּן אֲפִילוּ אוֹיבּ עֶר הָאט טַאקֶע בְּמֵזִיד צֶעבְּרָאכְן דִי מַאשִׁין, אִיז עֶר אוֹיךְ נִישְׁט מְחוּיָב מִיתָה פַאר דֶעם, רֶעד מִיט אִים אוּן לֶערְן אִים אוֹיס אַז מֶען טָאר דָאס נִישְׁט טוּן, אוּן גֵיי בֶּעט פוּן זַיין טַאטְן צוּ בַּאצָאלְן דִי שָׁאדְן.


דֶערְוַוייל גֶעבְּט מֶען אַ קוּק אוֹיפְ'ן מַאשִׁין אוּן מֶען זֶעט אַז עֶס בִּכְלַל נִישְׁט צֶעבְּרָאכְן, דָאס קִינְד שְׁטֵייט אִין דִי זַייט אוּן וֵויינְט בְּכִיוֹת נוֹרָאוֹת פוּן יִסוּרִים, אוּן וֶוען מֶען פְרֶעגְט אִים וָואס עֶר הָאט גֶעטוּן, זָאגְט עֶר אַז זַיין אֵיי אִיז פָּשׁוּט אַרָאפְּגֶעפַאלְן אוֹיף דֶער עֶרְד, אִיז עֶר גֶעגַאנְגֶען עֶס אָפְּוַואשְׁן, אוּן דֶערְנָאךְ הָאט עֶר עֶס גֶעוָואלְט אוֹיסְטְרוּקֶענֶען בַּיי דֶעם מַאשִׁין. עֶס הָאט זִיךְ אַרוֹיסְגֶעשְׁטֶעלְט אַז דֶער אִינְגְל הָאט בִּכְלַל נִישְׁט גֶעטוּן, אוּן נִישְׁט גֶעוָואלְט טוּן, קַיין שׁוּם עַוְלָה.


דָאס קִינְד וֶועט אָבֶּער קֵיינְמָאל נִישְׁט פַארְגֶעסְן דִי מַעֲשֶׂה, עֶר וֶועט אֵייבִּיג גֶעדֶענְקֶען דִי שְׁלֶעק וָואס עֶר הָאט גֶעכַאפְּט פַאר אוּמְזִיסְט. דֶער אִינְגְל הָאט נִישְׁט צֶעבְּרָאכְן דֶעם מַאשִׁין, דֶער מְלַמֵד הָאט אָבֶּער יָא צֶעבְּרָאכְן דִי נֶפֶשׁ פוּן דֶעם קִינְד אוּן אִים גֶעמַאכְט פַאר אַ בַּעַל מוּם אוֹיף זַיין גַאנְץ לֶעבְּן.


אַן אַנְדֶער אִינְגְל אִיז גֶעוֶוען נֶעבֶּעךְ אַ יָתוֹם פוּן זַיין מַאמֶע, זַיין טַאטֶע הָאט גֶעדַארְפְט שְׁוֶוער אַרְבֶּעטְן צוּ בְּרֶענְגֶען פַּרְנָסָה, שׁוֹין גָאר פְרִי הָאט עֶר גֶעדַארְפְט אַרוֹיסְלוֹיפְן פוּן הוֹיז צוּ דִי אַרְבֶּעט, הָאט עֶר גֶעבֶּעטְן פוּנֶעם גְרֶעסְטְן אִינְגְל אַז עֶר זָאל אַכְטוּנְג גֶעבְּן אוֹיף דִי קְלֶענֶערֶע קִינְדֶער, עֶר זָאל זֵיי אָנְטוּן אוּן זֵיי שִׁיקְן אִין חֵדֶר אוּן אִין שׁוּלֶע. פַארְשְׁטֵייט זִיךְ אַז דָאס אִיז נִישְׁט קַיין גְרִינְגֶע אַרְבֶּעט אֲפִילוּ פַאר עֶלְטֶערְן אוּן זִיכֶער פַאר אַ קִינְד, אוּן בִּיז עֶר הָאט אַלֶעס גֶעעֶנְדִיגְט אִיז גֶעוָוארְן שְׁפֶּעט, אוּן עֶר אִיז אָנְגֶעקוּמֶען אַ שָׁעָה שְׁפֶּעט אִין חֵדֶר.


וֶוען עֶר קוּמְט אַרַיין אִין קְלַאס, אִיז דֶער מְלַמֵד אִים מְקַבֵּל פָּנִים מִיט פֶּעטְשׁ אוּן פְרֶעסְק, אוּן שְׁרֵייט אוֹיף אִים: "פַארְוָואס בִּיזְטוּ גֶעקוּמֶען אַזוֹי שְׁפֶּעט?" דֶער אִינְגְל וֵויינְט נֶעבֶּעךְ, עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אַז עֶר אִיז נִישְׁט שׁוּלְדִיג, עֶר הָאט נֶעבֶּעךְ נִישְׁט קַיין מַאמֶע, אוּן עֶר דַארְף טוּן דִי אַרְבֶּעט פוּן אַ מַאמֶע יֶעדְן אִינְדֶערְפְרִי. אוּן דֶער מְלַמֵד שְׁרֵייט וַוייטֶער: "מָארְגְן זָאלְסְטוּ זִיכֶער מַאכְן צוּ זַיין צַייטְלִיךְ אִין חֵדֶר, וַוייל אוֹיבּ נִישְׁט וֶועסְטוּ עֶרְשְׁט כַאפְּן פוּן מַיין שְׁטֶעקְן!"


פַארְשְׁטֵייט זִיךְ אַז צוּמָארְגְנְס הָאט דֶער אִינְגְל וַוייטֶער נִישְׁט גֶעקֶענְט קוּמֶען צַייטְלִיךְ, אוּן עֶר הָאט מוֹרָא גֶעהַאט צוּ זָאגְן אַ וָוארְט פַארְ'ן מְלַמֵד, אוּן אַזוֹי הָאט עֶר גֶעכַאפְּט אוּן גֶעכַאפְּט אָן אוֹיפְהֶער. הֵייסְט דָאס דֶען נִישְׁט צֶעשְׁנִיטְן אַ קִינְד?! קוֹדֶם פְרֶעג זִיךְ נָאךְ אוּן וֶוער גֶעוואוֹיר וָואס דִי מַעֲשֶׂה אִיז, אֶפְשָׁר אִיז דָאס קִינְד בִּכְלַל נִישְׁט שׁוּלְדִיג?


*


אשרינו אז מיר האבן זוכה געווען אז מוהרא"ש זאל אונז אזוי מחזק זיין אז מיר זאלן אויסקלויבן מלמדים און טיטשערס וואס האבן סבלנות, און זיי שטענדיג מחזק זיין זיי זאלן געדענקען אז מען דארף האבן אייזערנע געדולד צו די קינדער, און אזוי וועלן מיר קענען אויפברענגען געזונטע דורות פארן אייבערשטן.


יישר כח פאר די שיינע בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה.

#2436 - וואס טוט מען מיט א חוצפה'דיגן קינד?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קינדער, שמחה, עצבות, כבוד, תפילה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער באדאנקען אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געמאכט ליכטיג מיין לעבן, מיר געגעבן גאר אסאך עצות און ווארעמקייט.


ביטע ליינען מיינע שורות וואס דריקן אויף מיין הארץ און מח, איך שפיר ווי מיין אטעם איז שווער און מיין מח איז נישט בסדר, איך שפיר ווי עס שווינדלט מיר מיין מח, עס איז מיר זייער נישט גוט. פארוואס? ווייל איינער פון מיינע קינדער איז ברוך ה' זייער איידל און ערליך, אבער יעדעס מאל מען טיילט אים איין אנדערש ווי אזוי ער וויל, פאלט ער אריין אין א שרעקליכע כעס, חוצפה און צעדרייטקייט.


עטליכע וואכן צוריק אום שבת איז ער אריינגעפאלן אין א שטארקע כעס, ער איז אריינגעקומען צו די סעודה און צוגעגאנגען צוםדי זאלץ מעסטל, עס איבערגעדרייט, און אויסגעגאסן א קאפ גרעיפ דזשוס, און חוזק געמאכט אין פארנט פון אלע מיינע קינדער פון יעדעס ווארט וואס איך האב געזאגט.


אן אנדערע וואך שבת האט ער אויסגעלאשן די לעקטער פון קאך מחמת כעס, און מיך אויסגעפייניגט, מיך געשטופט, און ווען מיין ווייב האט אים געזאגט אז ער טאר נישט גיין צום מלוה מלכה אין בית המדרש ביי אונזער שול, האט ער זיך אויפגעפירט און גערעדט מיט חוצפה, און זונטאג צופרי האט ער נישט געוואלט ארויסקומען פון בעט, ער האט זיך גע'חוצפה'ט, ווען עס איז שוין געווארן 12:20 נאכמיטאג און איך האב געזען אז גארנישט רוקט זיך, האב איך אים ארויסגענומען פון בעט, האט ער אנגעהויבן שרייען: "איך בין שטערקער פון דיר, איך ווארן דיך", און ער האט מיר אויסגעבויגן מיין הענט.


איך בין זייער פארביטערט און דערשראקן, אויסער זיין אייגענע אויפפירונג, שטערט עס אויך די גאנצע משפחה, יעדער כאפט פון אים. איך ציטער איך זאל נישט קראנק ווערן, אדער כאפן א נערווען בראך.


זייט אנהויב זומער האלט איך זיך צוריק פון שרייבן, ווייל דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין עצתו אמונה אז ער איז נישט אין אפיס. יעצט קען איך אבער מער נישט, איך בעט דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ליינען מיין בריוו.


ביטע מיר געבן אן עצה און א נחמה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם נישט צום הארצן ווען דיין זון איז זיך מתחצף פאר דיר אדער דיין ווייב; אמאל דארף מען דאס אריבער גיין וכו', מען ווייסט נישט פארוואס וכו', מען דארף האבן אסאך סבלנות נישט צו ווערן אויפגעגעסן און נישט ווערן מיואש.


ביי ענקער פאל דארפן ענק מיט דעם קינד נעמען אן אנדערע גאנג, ווייל אזוי זאגט די הייליגע תורה (משלי כב, ו): "חֲנֹךְ לַנַּעַר עַל פִּי דַרְכּוֹ", מען דארף אויפציען קינדער, זיי לערנען די ריכטיגע וועג אין לעבן; אבער עס מוז זיין 'על פי דרכו', יעדן קינד לויט זיין וועג, און אז ער איז אנדערש ווי דיינע קינדער - זאלסטו אים מער מכבד זיין. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רב): "כָּל מִי שֶׁשִּׂכְלוֹ קָטָן בְּיוֹתֵר, צָרִיךְ לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר", ווי ווייניגער שכל מען האט - דארף מען מער כבוד, "כִּי כָּל מַה שֶּׁשִּׂכְלוֹ יוֹתֵר קָטָן, הוּא יוֹתֵר חָפֵץ בְּכָבוֹד", ווייל די וואס האבן ווייניג שכל - דארפן מער כבוד; דאס איז די וועג פון קלוגע עלטערן, שטענדיג אויסלויבן די קינדער.


פון יעצט און ווייטער זאלסטו גיין מיט אים מער אויף א לייכטע וועג, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן צו), ווער עס האט רחמנות אויף זיינע קינדער, איז א סימן אז ער האט א הייליגע פארשטאנד; אז ער קען נישט נעמען ווען מען זאגט אים - זאלסטו אים ווייניגער זאגן, זאלסט אים געבן אסאך גוטע ווערטער אן קיין שיעור, רוף אים יעדן טאג אין קעמפ און זאג אים אז דו האסט אים זייער ליב, און פרעג אים אויב ער דארף עפעס.


והעיקר זאלסטו יעדן טאג אוועק געבן פינף מינוט צו בעטן דעם אייבערשטן פאר אים, זאלסט בעטן פאר אלע קינדער און באזונדער פאר אים; ער זאל זיין פרייליך, ער זאל וואקסן געזונט, ער זאל קענען נעמען די לעבן אפילו ווען עס גייט אנדערש ווי ער וויל וכו', ווייל דאס איז די סוד פון הצלחה מיט די קינדער, אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט דערציילן, אז א איד האט געבעטן א ברכה פונעם הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן אז זי זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


איך האב נישט ליב די ווערטער וואס דו שרייבסט אינעם בריוו אז דו ביסט דערביטערט וכו'; א איד טאר נישט זיין דערביטערט, א איד מעג זיין צעבראכן, אבער דערביטערט מיינט יאוש און עצבות, וואס קען חרוב מאכן דאס לעבן פונעם מענטש, דאס איז נישט וואס דער רבי לערנט אונז, דער רבי לערנט אונז אז ווען זאכן גייען נישט ווי מיר ווילן - נישט אויף צו געבן, נאר האפן, גלייבן און ווארטן אויף די ישועה.


ליין איבער דעם בריוו אסאך מאל, עס שטייען אין די בריוו אסאך שיינע עצות ווי אזוי דו זאלסט זיך קענען אומגיין מיט דיין קינד.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#2435 - וואס מיינט זיך עקשנ'ען ביים רבינ'ס ציון?
אומאן, תפילה והתבודדות, עקשנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס מיינט דאס וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט "אויב מען עקשנ'ט זיך ביים ציון פון הייליגן רבי'ן, פועל'ט מען", וואס איז די גדר פון זיך עקשנ'ען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דאס וואס מוהרא"ש פלעגט אונז מחזק זיין מיר זאלן זיך עקשנ'ען ביים ציון; דאס מיינט נישט מען זאל זיך עקשנ'ען ביים ציון אז דער אייבערשטער מוז טון אזוי ווי מען בעט, עקשנ'ען מיינט: מען קומט צוריק צום ציון נאכאמאל און מען קומט צוריק צום ציון נאכאמאל, אזוי ווי א פגע רע וואס האט זיך אנגעטשעפעט און מען קען נישט פטור ווערן, ער האלט אין איין קומען וכו'; דאס מיינט זיך עקשנ'ען.


אויך מיינט עס מען זאל שטארק בעטן, אבער חס וחלילה צו זאגן אז עס מוז אזוי זיין. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצו), א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז מיט אים טון אזוי ווי ער וויל, "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים", מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן, "אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יִתֵּן, וְאִם לָאו לָאו", און אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן איז גוט, און אז ער וועט אים נישט נאכגעבן איז אויך גוט, און דער רבי טייטשט די ווערטער וואס די הייליגע חכמים זאגן (אבות ב, יג): "אַל תַּעַשׂ תְּפִלָּתְךָ קֶבַע", אז 'קבע' איז א לשון פון 'גזילה', "הַיְנוּ שֶׁכָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ, הֵן פַּרְנָסָה אוֹ בָּנִים אוֹ שְׁאָר צְרָכִים, אָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ וְלַעֲמֹד עַצְמוֹ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁדַּוְקָא יַעֲשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת תְּפִילָּתוֹ", דאס איז די טייטש פון מאך נישט דיין דאווענען פאר א קבע, בעט א מתנת חינם, זאג נישט עס מוז אזוי זיין; ווייל ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף פרנסה, אויף קינדער אדער אויף אנדערע געברויכן - טאר מען זיך נישט איינ'עקשנ'ען אז עס מוז זיין אזוי ווי מען וויל.


ווען דו וועסט זיין אין אומאן זאלסטו זען און פרובירן צו זיין ביים ציון יעדן טאג; די טאג וואס דו קומסט אן, ערב ראש השנה, ביידע טעג ראש השנה, און אויב דו קומסט פריער און דו גייסט אהיים שפעטער - זאלסטו אויך גיין צום ציון יעדן טאג, און בעטן ביים ציון דו זאלסט פועל'ן וואס דו דארפסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



כתיבה וחתימה טובה.

#2434 - מעג מען אזוי אנהאקן א קינד?
חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז יעצט פארגעקומען א מעשה אין מיין קלאס, און איך וויל עס אויסשמועסן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. די קינדער האבן געהאלטן אינמיטן דאווענען אינדערפרי מיט א רואיגקייט, אינמיטן קומט דער מנהל אריין צוזאמען מיט א אינגל פון די קלאס, עס שפריצט פייער פון זיינע אויגן און נאז, און ער רופט אויס אז דער אינגל (זיבן יאר אלט) האט אנגעווארנט איינעם אז ער וועט אים אפהאקן די הענט, וויל ער יעצט ווייזן פאר יעדן, און טאקע אויף דעם אינגל'ס האנט, וואס עס מיינט אפהאקן א האנט.


ער געבט א שלעפ דעם אינגל'ס האנט און נעמט זיך האקן ווי א מעסער מיט כעס און כח, דער אינגל האט זיך גענומען אזוי צו וויינען, און ער איז נאכאלץ נישט געווען צופרידן און ער זאגט "יעצט געב מיר דיין אנדערע האנט", און ער האקט אריין אין די קליינע דארע הענטעלעך, און אזוי איז ער געגאנגען צוריק צום אנדערן הענט, אזוינע זעצעס וואס אפילו פאר אן ערוואקסענעם וואלט עס שטארק וויי געטון, איך האב ממש נישט געקענט קוקן אויפ'ן מנהל, מען טאר דאך נישט קוקן אין פנים פון איינעם וואס איז אין כעס.


מיין שאלה איז צי איך מעג ארויסווייזן דוקא אן אפענע אהבה צו דעם אינגל, אפילו ווען אנדערע קינדער באמערקן אז איך געב אים מער פון יעדן, קארטלעך וכדומה? און וואס דארף איך בכלל טון אין אזעלכע צייטן, איך מעג דאס דערציילן פאר די עלטערן? עס איז ליידער נישט דאס ערשטע מאל וואס איך האלט אזאנס מיט.


יישר כח פאר אלע שיעורים ביז אהער, עס געבט מיר א קלארקייט און רואיגקייט אינעם טאג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די שוידערליכע בריוו.


אודאי זאלסטו געבן מער ליבשאפט פאר דעם קינד, און אודאי זאלסטו דערציילן פאר די עלטערן די מעשה וואס האט פאסירט; די עלטערן דארפן וויסן יעדע ריר וואס טוט זיך אין חדר מיט זייערע קינדער, ווייל די מעשיות זענען גורם אז די יוגנט גייט ארויס לתרבות רעה, ווייל אנשטאט מחנך זיין די קינדער - טוט מען זיי צערייסן זייער נפש, רוח ונשמה.


ביי אזא מעשה וואס האט פאסירט, ווען א קינד קומט דערציילן פארן מנהל אז א צווייטע קינד האט אים דערשראקן אז ער גייט אים אפהאקן די הענט השם ישמרינו - דארף דער מנהל ערשט בארואיגן דעם קינד, אים זאגן: "קיינער האקט נישט אפ קיין הענט, האב נישט מורא, עס איז דא מענטשן מיט א צעלאזטע שפראך, יעדע ווארט איז 'איך גיי דיך הרג'ענען, איך גיי דיך בא'מקל'ען די ביינער וכו'', מען דארף נישט מורא האבן"; און דער מנהל דארף נעמען דעם אנדערן קינד און אים פרעגן וואס די מעשה איז געווען, "פארוואס סטראשעסטו אנדערע קינדער? פארוואס ווארפסטו א פחד? און אפילו איינער האט דיך בא'עולה'ט - רעדט מען נישט אזוי", און אז מען זעט אז דער קינד טוט ווייטער די זאכן - געבט מען א קנס, ער זאל נישט קענען שפילן ביי הפסקה וכדומה לזה, אבער חס ושלום טון אזעלכע מעשיות, דאס איז נישט קיין חינוך, דאס איז אכזריות השם ישמרינו.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, געב אכטונג אויף די קינדער, קוק אויף די קינדער ווי זיי זענען דיינע אייגענע קינדער, קוק אויף זיי מיט רחמנות. די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין יט:): "כָּל הַמְלַמֵּד אֶת בֶּן חֲבֵרוֹ תּוֹרָה, מַעֲלָה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִילוּ יָלְדוֹ"; מוהרא"ש זאגט פשט, דאס איז נישט קיין שבח, אז מען זאגט פארן מלמד 'דיינע תלמידים זענען אזוי ווי דיינע קינדער', נאר דאס איז א התחייבות, מען פארלאנגט פון אים ער זאל צוגיין צום קינד און טראכטן: 'דאס איז מיין קינד, און אז מיין קינד פירט זיך אויף נישט ריכטיג וואלט איך אים צעבראכן זיינע הענט?' ווער וואלט אזוינס געטון מיט זיינע אייגענע קינדער?


געב דעם קינד אסאך ליבשאפט, געב אים א גלעט, וועט זיין נפש פארהיילט ווערן; געב אים א שמייכל, וועט מען קענען ראטעווען זיין עתיד. מוהרא"ש זאגט נאך פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געווען א מלמד פלעגט ער גלעטן די קינדער, ער פלעגט זיי קישן און ליב האבן, און די חידוש איז, אז נישט נאר די קינדער וואס שטעלן זיך צו צום סיסטעם האט ער געקישט און ליב געהאט, די חידוש איז אז ער האט געקישט די קינדער וואס האבן נישט פלייסיג געלערנט, די קינדער וואס האבן נישט געהערט וואס מען רעדט צו זיי וכו', און אזוי האט ער זיי אלע אויסגעהיילט זייער נפש און געברענגט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה.

#2433 - פארוואס שפיר איך נישט קיין טעם אין התבודדות?
התחזקות, סיפורי צדיקים, התבודדות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך רעד צום אייבערשטן יעדן טאג, איך פיל אבער נישט קיין טעם, דער ראש ישיבה שליט"א רעדט ביי די שיעורים אז מען פילט א טעם אבער איך פיל נישט קיין טעם, איך ווייס נישט ווי אזוי קען עס זיין, אויב מען קען עס מיר פארענטפערן וועל איך זיך פרייען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אזוי גייט עס ביי אלעמען, אין אנהייב שפירט מען נישט גלייך די זיסקייט פון עבודת השם, אין דאווענען און אין לערנען; אין אנהייב דארף מען אסאך טון אן געפיל, און מיט דער צייט איז מען זוכה צו שפירן אזא שטארקע ליכטיגקייט, ביז מען וויל שוין גארנישט; מען וויל נאר נאך און נאך דאווענען און לערנען.


אזוי איז ביים דאווענען און אזוי איז ביים לערנען, עס נעמט צייט ביז מען איז זוכה צו שפירן א טעם. קוק וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, ווי אזוי ער האט אנגעפאנגען לערנען ווען ער איז געווען א יונג קינד. "וְסִפֵּר שֶׁכָּל לִמּוּדוֹ בָּא לוֹ בִּיגִיעָה גְּדוֹלָה", דער רבי האט דערציילט אז עס איז אים זייער שווער אנגעקומען צו לערנען ווען ער איז געווען יונג, "כִּי בִּתְחִלָּה הָיָה לוֹמֵד מִשְׁנָיוֹת וְלא הָיָה מֵבִין לִמּוּדוֹ", ער האט געלערנט משניות אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה הַרְבֵּה לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיָּאִיר עֵינָיו", וואס האט ער געטון? ער האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו פארשטיין, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה כָּל כָּךְ עַד שֶׁזָּכָה שֶׁיּוּכַל לִלְמוֹד מִשְׁנָיוֹת", איך האב אזוי סאך געוויינט צום אייבערשטן - זאגט דער רבי - ביז איך האב זוכה געווען צו קענען לערנען און פארשטיין משניות. "וְכֵן אַחַר כָּךְ לָמַד שְׁאָר סְפָרִים וְלא הָיָה מֵבִין גַּם כֵּן", נאכדעם האט דער רבי געלערנט אנדערע ספרים און ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה מְאד עַד שֶׁזָּכָה לַהֲבִינָם", האט ער ווייטער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו פארשטיין, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט פארשטאנען אלעס וואס ער האט געלערנט (שבחי הר"ן, אות ח).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#2432 - ווי אזוי היילט מען א צעבראכענע זעלבסט זיכערקייט?
רפואה, אמונה, ספרי ברסלב, טערעפי, דרשות, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן מיר עפענען די אויגן צו זען און שפירן אז דער יצר הרע וויל מיר נאך מאכן טרויעריג, ער וויל מיר אוועקנעמען די שמחת החיים, ער מאכט אז איך זאל נאר זען יעדע זאך שלעכט, און איך האף אז דער אייבערשטער וועט מיר העלפן צו קענען זען דאס גוטס אין לעבן, איך זאל לעבן מיט'ן אמת.


איך וויל פרעגן אן אנדערע זאך וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ, און מאכט מיר שווער אויפ'ן הארץ טאג טעגליך. ווען איך בין אויפגעוואקסן האב איך באקומען זייער ווייניג ליבשאפט פון מיין מאמע, איך האב קיינמאל נישט געשפירט אז מיין מאמע זאל מיר טראסטן, אז מיין מאמע זאל האלטן עפעס פון מיר אדער פון מיינע געשוויסטער, עס איז כסדר געווען קריטיק און געשרייען, כמעט קיינמאל נישט באקומען א גוט ווארט, און אזוי ווייטער.


יעצט בין איך שוין א מאמע ברוך ה', און מיין מאן איז יא אויפגעוואקסן אין א געזונטע שטוב, געלויבט דעם אייבערשטן, געדענק איך גוט זיכער צו מאכן אז מיינע קינדער זאלן יא באקומען ליבשאפט, זיי זאלן שפירן אז מען האלט פון זיי און אז מען טראסט זיי, ש'כח אייבערשטער אז אונזער משפחה לעבט אין א געזונטע פרייליכע געשמאקע שטוב.


פון די אנדערע זייט האלט איך אבער אין איין צוריק טראכטן פון מיין יוגנט, איך באקום נאכאלץ קריטיק פון מיין מאמע, און איך האב זייער א שווערע און ביטערע הארץ אויף איר, איך שפיר אז איך האב אין זיך אסאך אומגענוצטע טאלאנטן, נאר אזוי ווי מיין זעלבסט זיכערקייט איז אזוי אראפגעקלאפט געווארן אלס קינד, דעריבער האב איך קיינמאל נישט געקענט ארויסברענגען מיינע טאלאנטן. איך ווייס און איך גלייב אז אלעס איז באשערט פון הימל, אבער די שווערע ווייטאג בליעט נאכאלץ אין מיין הארץ מיט פולסטן שטארקייט.


ווי אזוי קען איך ווייטער אנגיין אין לעבן, און אננעמען אלעס באהבה, נישט זיין אלץ אנגעלייגט מיט ווייטאג אין הארץ? און ווי אזוי קען איך ארבעטן אויף מיין צעשאסענע און צעבראכענע זעלבסט זיכערקייט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער ווייטאגליך ווען קינדער גייען אריבער די זאכן פון די אייגענע עלטערן וכו', מען באקומט נישט קיין ליבשאפט וכו'; עס קלאפט אויס אין די שפעטערע יארן אינעם נפש, השם ישמרינו.


די עצה צו היילן די נפש און אויפבויען די זעלסבט זיכערקייט - איז דורך אמונה, ווי מער מען לייגט זיך אריין אין די אמונה ווערט די נפש געהיילט, (די אלע וואס גייען זיך היילן ביי טעראפי, און אויך ביי פרומע טעראפי; אויב זיי נעמען זייערע מעטאדן פון די גוים - קען דאס נישט היילן די נפש פונעם איד), נאר אמונה היילט; אז מען חזר'ט אמונה, מען חזר'ט אז 'אלעס וואס איך בין אריבער איז פונעם אייבערשטן, אלעס וואס האט פאסירט איז מיט א חשבון, און אויך די ווייטאג, און אויך די פארשעמונג, אלעס אלעס קומט מיט א חשבון, און עס איז זיכער פאר מיין טובה, אפילו עס זעט נישט אויס אזוי'; ווי מער מען חזר'ט דאס - ווערט מען געהיילט.


אמונה באקומט מען דורך התקרבות לצדיקים, ווען מען לערנט די תורות פון צדיק, און אויך פרויען וואס קענען נישט לערנען די טיפע תורות פון רבי'ן, אז זיי לערנען ספרים און קונטרסים וואס זענען געשריבן פון תלמידים פונעם צדיק, ווי די תלמידים ברענגען אראפ אויף מער א פשוט'ע שפראך, א גרינגע שפראך - די עצות און די תורות פון צדיק - איז מען זוכה צו א קלארע לויטערע אמונה; און וואס מער צייט מען הערט די קול פון צדיק - אלץ מער ווערט די נפש אויסגעהיילט, מען באשולדיגט מער נישט קיינעם, מען באשולדיגט נישט די טאטע מאמע, מען באשולדיגט נישט מאן און ווייב; עס ווערט זייער ליכטיג דאס לעבן, מען שפירט זיך ארומגענומען מיטן אייבערשטן.


על כן אז איר ווילט ווערן אויסגעהיילט פון די קינדער יארן וכו' - זאלט איר זיך צוהערן צום קול פון הייליגן רבי'ן, סיי מיט לערנען גרינגע ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונזער דור, און סיי דורך הערן שיעורים פון רבינ'ס עצות, ביז איר וועט אנהייבן טון די עצות; די עצה פון התבודדות, די עצה פון זוכן אין זיך גוטס, די עצה פון זיך פרייען מיט יעדע גוטע זאך; דאס וועט צוביסלעך היילן אייער נפש, ביז איר וועט צוריק קוקן און נישט קענען פארשטיין וואס האט אייך אמאל בכלל געשטערט פון אייער מאמע, איר וועט זיין געזונט און שטארק פיזיש און גייסטיש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#2431 - זאגן תיקון חצות?
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, ספרי ברסלב, שלאפן, עבודת השם, תיקון חצות, קריאת שמע, ברכות התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלעס, פאר נאך א וואך וואס מען קען לעבן אין גן עדן בזה העולם, א פלאץ וואו מען קען לעבן מער מיט תכלית פאר די אויגן, אן דארפן לעבן צו געפעלן פאר יענעם, יישר כח פאר אלע דרשות, בריוו, חיזוק, און פאר די שמייכל.


איך האב געוואלט מיטטיילן אז איך האב ברוך ה' געענדיגט די ערשטע באנד אשר בנחל און אנגעהויבן די צווייטע, אויך האלט איך סוף ספר אוצר האמונה און סוף משניות.


נאכ'ן לערנען אזויפיל בריוו פון מוהרא"ש וועגן זאגן תיקון חצות און אויך וועגן "והחוט המשולש לא במהרה ינתק", דאס הייסט די דריי לימודים, ליקוטי מוהר"ן, ליקוטי הלכות און ליקוטי תפילות, וויל איך וויסן א דרך ווי אזוי מען קען עס מקיים זיין, צי עס איז בכלל עפעס וואס איך דארף פרובירן 'יעצט' צו מקיים זיין, אזוי ווי איך מוטשע זיך נאך מיט ח"י פרקים משניות און דער יום תהלים, אויך בין איך זייער צעבראכן אין מיין לימוד התורה בכלל, עס קומט מיר אן אזוי שווער צו באמת ארויסהאבן די סוגיות פונעם "שיעור במקצת עיון", לימודי הכולל, און דער דף גמרא, און עס גייט מיר נישט צו זיך דערפרייען מיט די נקודות טובות אז ברוך ה' איך קען זיצן און לערנען; וואס איז די וועג צו 'יא' קענען צוקומען צו פארשטיין און שפירן די טעם אין לערנען?


יישר כח נאכאמאל פאר אלעס, דער ראש ישיבה שליט"א געבט אוועק פון זיך אזוי סאך אז מיר זאל קענען האבן א חיים טובים, ש'כח ש'כח, דער באשעפער זאל געבן אסאך כח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף ווייטער, און אסאך אידיש נחת פון אלע קינדער, אייניקלעך און תלמידים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו לעבסט א חיים טובים מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, דיין לעבן איז א לעבעדיגע זיסע געשמאקע לעבן.


בנוגע תיקון חצות; אוודאי זאלסטו זאגן תיקון חצות, הייב אן מיט זאגן פארן גיין שלאפן. מוהרא"ש זאגט, מען זאל זיך צוגעוואוינען דאס צו זאגן איידער מען גייט שלאפן, אינאיינעם מיט קריאת שמע שעל המטה.


בנוגע די פראגע והחוט המשולש לא במהרה ינתק וכו'; וויסן זאלסטו, עס ווערט גע'פסק'נט אז דורך לערנען גמרא – תלמוד בבלי – איז מען יוצא צו לערנען מקרא, משנה און גמרא, די פוסקים זאגן (רמ"א יורה דעה סימן רמ"ו, סעיף ד), אז מיטן לערנען גמרא איז מען מקיים וואס די הייליגע חכמים זאגן (קידושין ל.): "לעולם ישלש אדם שנותיו שליש במקרא שליש במשנה שליש בתלמוד"; אזוי אויך אז דו וועסט לערנען ספר אשר בנחל קען מען זאגן אז מען איז יוצא די חוט המשולש פון לערנען לקוטי מוהר"ן, לקוטי הלכות און לקוטי תפילות, ווייל די ספר אשר בנחל איז א תמצית פון הייליגן רבינ'ס ספרים, און פון לקוטי הלכות, און איז אויך פיל מיט תפילות.


אז דו ווילסט שפירן א טעם אין לערנען – זאלסטו יעדן אינדערפרי גיין אין מקוה, און נאכן מקוה זאלסטו זאגן ברכת התורה – שטייט און מיט כוונה, און ביי די ווערטער: "והערב נא ה' אלקינו" – זאלסטו וויינען צום אייבערשטן: "מאך מיר זיס", און ביי די ווערטער: "וְנִהְיֶה אֲנַחְנוּ וְצֶאֱצָאֵינוּ, (וְצֶאֱצָאֵי צֶאֱצָאֵינוּ), וְצֶאֱצָאֵי עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל, כֻּלָּנוּ יוֹדְעֵי שְׁמֶךָ, וְלוֹמְדֵי תוֹרָתְךָ לִשְׁמָהּ" – זאלסטו לאזן טרערן; דאס איז די סוד פון זוכה זיין צו שפירן א טעם אין לערנען, און ביי ברכת קריאת שמע, אהבת עולם – זאלסטו מאכן א סטאנציע, נישט אפכיפערן, נאר וויינען און בעטן: "וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתוֹרָתֶךָ, וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְמִצְוֹתֶיךָ, וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ", דאס איז די סוד ווי אזוי מען איז זוכה צו טועם זיין מתיקות התורה, אויך ביי הפסקה אין כולל זאלסטו זיך ערגעץ באהאלטן מיטן אייבערשטן, און זיך מתבודד זיין.


זיי זיך מחי' מיט דיינע נקודות טובות, דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט זוכה צו לערנען און צו דאווענען, פריי זיך מיט יעדע פינטעלע וואס דו טוסט.

#2430 - ווי אזוי קען איך זיך שלאגן מיט'ן יצר הרע?
תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תשובה, התבודדות, שמירת עינים, עבודת השם, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ביטע שרייבן אביסל התחזקות אויף שמירת עינים און שמירת המחשבה, יעדן טאג איז ביי מיר א פרישע מלחמה איבער דעם, און עס איז מיר אזוי שווער.


איך בין נאר פופצן יאר אלט, איך ווייס אז דער אייבערשטער קען אלעס מאכן, אבער בדרך הטבע זע איך נישט אז איך זאל חתונה האבן פאר אין ווייניגסטנס דריי יאר ארום, און דער געדאנק אז איך גיי זיך דארפן ווייטער שלאגן הענט און פיס מיט'ן יצר הרע פאר נאך אזא לאנגע צייט, טאג איין טאג אויס, מאכט מיר שפירן גאר צעבראכן און צעמישט.


אן די עצה פון התבודדות ווייס איך נישט וואס איך וואלט געטון, איך האלט אין איין אראפפאלן, איך שפיר אזוי סאך התרחקות אן קיין שיעור, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח פאר די חיזוק שיעורים, און אפשר קען איך בעטן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל רעדן מער פון שמירת עינים און שמירת המחשבה ביי די שיעורים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס זאלסטו וויסן אז דו ביסט זייער באליבט ביים אייבערשטן, דער אייבערשטער זעט וואס טוט זיך אין הארץ, ער זעט דיין שווערע מלחמה; ווי דו שלאגסט זיך פאר דיין לעבן נישט צו נכשל ווערן אין עבירות חס ושלום, און אז עכט ווילסטו זיין ריין און הייליג; דער אייבערשטער זעט די באהאלטענע ווילן פון אידישע קינדער, ווי עכט וויל מען זיין גוט, און דאס בעטן מיר ביי תיקון חצות: "אַתָּה יוֹדֵעַ רָזֵי עוֹלָם, וְתַעֲלוּמוֹת סִתְרֵי כָּל חָי, אַתָּה חוֹפֵשׂ כָּל חַדְרֵי בָטֶן, רוֹאֶה כְלָיוֹת וְלֵב, אֵין דָּבָר נֶעְלָם מִמֶּךָּ, וְאֵין נִסְתָּר מִנֶּגֶד עֵינֶיךָ, רבונו של עולם דו זעסט דאך מיין הארץ ווי שטארק איך וויל זיין גוט, בעט איך דיר, יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ, זיי מיר מוחל אויף וואס איך האב געטון וכו'".


ליבער ברודער, איך בעט דיר זייער לאז זיך נישט פונעם שטן, געדענק, די עיקר מלחמה איז דאס נישט אויפגעבן, ווייל דער יצר הרע וויל נאר דו זאלסט זיך אונטערגעבן, ער וויל דיך מאכן שפירן ווי דו ביסט א פארלוירענער, א פארפאלענער, און נאר צוליב דעם ווארפט ער אראפ דעם מענטש אין עבירות, צו קענען אויפווייזן אז מען איז דערנאך און דער מענטש זאל אויפגעבן, מען זאל שוין נישט וועלן זיין גוט, אבער געדענק, דער רבי שטייט אנטקעגן די טומאה און שרייט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עח): "גיוואלד, זייט אייך נישט מייאש, קיין ייאוש איז גארנישט פארהאנען", אפילו מען האט געזינדיגט, אפילו מען איז געפאלן - קען מען תשובה טון, מען קען זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.


די ערשטע זאך אין וואס דו זאלסט זיין זייער שטארק - איז התבודדות; רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין אן ערליכער איד, גיס זיך אויס דיין צעבראכן הארץ, זאג פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, וואס טו איך? איך בין אריין אין א זומפ און איך ווייס נישט די וועג ארויס, איך פאל אין די עבירה פון פגם הברית, איך בין אזוי פארשמירט אין די עבירה, איך קען זיך נישט ארויסזען פון דעם, איך ווער פלוצלונג משוגע, איך פארליר מיין שכל, איך פאל אראפ אין די פגם, העלף מיר טאטע, נעם מיך ארויס פון די בלאטע", אזוי זאלסטו בעטן און לייג צו דיינע אייגענע תפילות.


לאז זיך נישט נאך, טראכט נישט די שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע רעדט דיר איין, אז פון דיר וועט שוין גארנישט זיין, דו וועסט שוין נישט האבן קיין תשובה; ענדערש הער אויס דעם רבי'ן וואס זאגט דיר: "דו וועסט נאך זיין א צדיק, דו קענסט נאך פאררעכטן; טו תשובה און קער זיך צוריק צום אייבערשטן".


ליבער ברודער גלייב אז דו קענסט פאררעכטן, די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק כב), דער אייבערשטער זאגט: "אֲפִילוּ הִגְדִּיל אָדָם מֵאָה עֲבֵירוֹת זוּ לְמַעְלָה מִזּוּ, וְעָשָׂה תְּשׁוּבָה, הֲרֵינִי עִמּוֹ בְּרַחֲמִים וָאֲקַבֵּל אֶת תְּשׁוּבָתוֹ", אפילו א מענטש האט געזינדיגט און געטון איבער הונדערט עבירות, אויב טוט ער תשובה האב איך רחמנות אויף אים און איך נעם אן זיין תשובה, "וַאֲפִלּוּ עוֹמֵד אָדָם וּמְחָרֵף כְּלַפֵּי מַעֲלָה, וְיַחֲזֹר וְיַעֲשֶׂה תְּשׁוּבָה, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מוֹחֵל לוֹ עַל כּוּלָם", און אפילו א מענטש איז אזוי ווייט אוועק געפאלן אז ער רעדט קעגן דעם אייבערשטן רחמנא לצלן, אויב טוט ער תשובה איז אים דער אייבערשטער מוחל און האט אים ליב.


אויך זאלסטו זיך קובע זיין א שיעור אין לערנען משניות און גמרא בדרך גירסא, ווייל דער אייבערשטער זאגט: "בָּנַי", מיינע קינדער, "בָּרָאתִי יֵצֶר הָרָע", איך האב באשאפן דעם יצר הרע, "בָּרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", איך האב אבער באשאפן די תורה, וואס איז א רפואה פארן יצר הרע, "וְאִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה, אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אויב לערנט איר תורה וועט איר נישט אנקומען צו דעם יצר הרע'ס הענט, "וְאִם אֵין אַתֶּם עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה, אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", און אויב לערנט איר נישט קיין תורה וועט איר זיין אונטער אים (קידושין ל.).


אז דו ביסט נעבעך אריינגעפאלן אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן, דו האלסט אין איין פוגם זיין - זאלסטו אנהייבן לערנען תורה, און בדרך כלל ווער עס פאלט אין די עבירה פארלירט די ריכוז, מען קען זיך נישט אזוי גוט קאנצענטרירן, מען פאלט ארויס פון פארשטיין א סוגיא וכו', און צו די אלע קומט דער רבי מיט א וואונדערליכע וועג פון קענען צוריק באקומען די מוחין, דורך אסאך זאגן די ווערטער פון תורה, און אז מען זאגט אסאך די ווערטער פון תורה - איז מען זוכה צוריק באקומען די מוחין, מען איז זוכה צו קענען פארשטיין און שפירן די זיסקייט פון די תורה, וואס נאר דאס איז די עצה פטור צו ווערן פון דעם יצר הרע וואס וויל אונז אויסרייסן פון די וועלט און פון יענע וועלט; די הייליגע תורה. די הייליגע חכמים זאגן (קידושין ל:): "אִם פָּגַע בְּךָ מְנֻוָּל זֶּה", אויב דער מנוול, דער יצר הרע - האט דיך אנגעטראפן און דו ווילסט פטור ווערן פון אים, "מָשְׁכֵהוּ לְבֵית הַמֶּדְרָשׁ", גיי אין בית המדרש דאווענען און לערנען; וועסטו פטור ווערן פון אים.



עס איז ערב שבת, איך דארף מקצר זיין.


א כתיבה וחתימה טובה.

#2429 - ווי אזוי שיקט מען א קינד אין חדר צום ערשטן מאל?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, תודה והודאה, חדר, שכר לימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך השם מיר גרייטן זיך צו שיקן אונזער זון אין חדר אי"ה נאך די ימים טובים, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט אונז גע'עצה'ט.


איז דא עפעס וואס מען דארף וויסן אדער טון בעפאר מען שיקט דעם ערשטן קינד אין חדר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די ערשטע זאך ווען מען שיקט אריין א קינד אין חדר - דארפן די עלטערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מען שטייט שוין ביי די גליקליכע צייט אז מען האט א קינד, א געזונט קינד - וואס גייט שוין אין חדר לערנען די הייליגע תורה, מען דארף לויבן דעם אייבערשטן אן אויפהער.


צווייטנס דארפן די עלטערן וויסן אז צאלן שכר לימוד איז א חיוב גמור, דורך צאלן שכר לימוד איז מען מקיים די מצוה וואס ליגט אויף די טאטע פון (דברים ו, ז): "ושננתם לבניך", א טאטע דארף לערנען תורה מיט די קינדער; שכר לימוד איז נישט קיין צדקה, און מען קען דאס נישט צאלן פון מעשר געלט, און חס ושלום אז מען איז מזלזל אין דעם, מען צאלט נישט שכר לימוד - שאט דאס פאר די קינדער.


דריטנס, עס איז כדאי צו זיין פארבינדן מיטן מלמד און מנהל, ארבעטן אינאיינעם; ווייל דאס ארבעטן אינאיינעם איז א גאר גרויסע מעלה פאר די קינדער.


ועל כולם איז תפילה; בעטן דעם אייבערשטן פארן קינד אז ער זאל אויסוואקסן אן ערליכער איד, ער זאל לערנען און דאווענען, און לעבן מיט אמונה. ווייל ביי אנדערע זאכן קען מען מאכן סגולות וכו', אבער זוכה זיין צו האבן גוטע קינדער - איז דער עיקר תפילות פון עלטערן. אזוי ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט, אז א איד איז געקומען בעטן א ברכה פונעם הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו אויף גוטע קינדער, האט דער צדיק גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן אז זי זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה.

#2428 - רעדן צום אייבערשטן במחשבה אין מקוה?
שבת קודש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, עצתו אמונה, מקוה, גמרא, מחשבות, בריוו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זאגן א גרויסן יישר כח אויף די כוחות וואס דער ראש ישיבה שליט"א לייגט אריין אין אלע שיעורים און ניגונים, וואס געבן מיר לופט צו אטעמען, עס איז שוין א האלבע יאר וואס איך פארפאס נישט קיין איין שיעור, איך בין זיך מחי' מיט דעם יעדן טאג, און זייט דעמאלט האט זיך געטוישט מיין לעבן אין אלע הינזיכטן; איך האב אינגאנצן נישט געוואוסט אז עס איז דא א מציאות אז מען קען האבן אזא זיסע געשמאקע לעבן מיט'ן אייבערשטן.


ברוך השם אז איך קען גוט לערנען, אבער אפילו אזוי פלעגט דורכגיין טעג און וואכן וואס איך האב כמעט נישט געעפנט קיין ספר, זייט איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן בין איך מעביר סדרה יעדן טאג מיט רש"י, און אזוי ווייטער אנדערע שיעורים, אלץ א דאנק דער ראש ישיבה שליט"א, דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש, לאנגע געזונטע יארן, מיט פיל נחת פון אלע קינדער און אייניקלעך.


איך וויל פרעגן עטליכע שאלות איבער התבודדות: א) מעג מען זיך מתודה זיין אום שבת קודש אדער נישט? ב) איז מותר צו רעדן צום אייבערשטן במחשבה אין מקוה? אזוי ווי מען טאר נישט דארט זאגן א דבר שבקדושה. ג) די משנה זאגט אין אבות: "המהלך בדרך יחידי וכו', הרי זה מתחייב בנפשו", לויט דעם וויל איך וויסן צי דאס מיינט אויך גיין אין וואלד ביינאכט, (באופן אז מען ווערט זיכער נישט פארלוירן), זיך מתבודד זיין.


אויך וויל איך וויסן וואס צו טון ווען מען לערנט געוויסע שטיקלעך גמרא וואס מאכט טראכטן נישט גוט וכו'.


איך בעט דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר צוריק שרייבן א בריוו, איך זאל זיך קענען מחזק זיין אסאך מאל, דורכדעם וואס איך קען עס איבערליינען ווען איך וויל.


א בחור פון לאנדאן


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, לאנדאן


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס איז מיר א גרויסע פרייד צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' מיטן רבינ'ס עצות, און מיטן רבינ'ס התחזקות, דיין לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן, דו לעבסט מיטן אייבערשטן, און אז דו וועסט זיך שטארקן און דערהאלטן, דו וועסט פאלגן די עצות פון הייליגן רבי'ן – וועסטו ווערן א גרויסער צדיק.


אויף די ערשטע פראגע וכו'; מוהרא"ש זאגט, אויב דער מענטש לעבט מיט די מחשבה: 'אפשר איז היינט מיין לעצטע טאג?' ער גייט שלאפן מיט די מחשבה, ער געבט זיך ממש איבער פארן אייבערשטן, 'בידך אפקיד רוחי' – מעג מען זיך אויך שבת מתוודה זיין.


און בנוגע וויינען שבת; עס ווערט שוין געברענגט אין די פוסקים (מדרש אגדה, הובא בבית יוסף אורח חיים סימן רפח; טורי זהב שם, סעיף קטן ב), אז אויב עס איז א תענוג, א פארגעניגן פארן מענטש זיך אויסצואוויינען פארן אייבערשטן – מעג מען דאס טון אום שבת.


אויף די צווייטע פראגע וכו'; אוודאי מעג מען זיך מתבודד זיין במחשבה אין מקוה, נישט נאר במחשבה, נאר אויך בדיבור; איז מען איז אויסגעדרייט צום וואנט בצניעות קען מען מאכן תפילות ביי יעדע טבילה, צום ביישפיל, מען בעט: "הייליגער באשעפער, בזכות די טבילה וואס איך טובל זיך – זאל איך זוכה זיין צו היטן מיינע אויגן", און מען טינקט זיך איין; מען זאגט: "הייליגער באשעפער, אזוי ווי איך טובל זיך יעצט מיין קערפער, בעט איך דיר, טובל מיין נשמה, איך זאל ווערן ריין פאר דיר".


אויף די דריטע פראגע וכו'; אוודאי מעג מען גיין, און עס איז נישט קיין סכנה; קוק אריין אין ברטנורא (אבות ג, ד): "וְאִם הָיָה מְחַשֵּׁב בְּדִבְרֵי תּוֹרָה הָיְתָה מְשַׁמַּרְתּוֹ", אויב מען טראכט פון תורה מעג מען, ווייל די תורה וועט אים היטן; אזוי אויך אז מען איז זיך מתבודד ווערט מען איינס מיטן אייבערשטן, ווערט מען אפגעהיטן, און קוק אריין אין ספר הקדוש לקוטי מוהר"ן (חלק א, סימן נב), וואו דער הייליגער רבי טייטשט אויס די משנה אין אבות (פרק ג, משנה ד): "הַנֵּעוֹר בַּלַּיְלָה" - כפשוטו, דער וואס איז אויף ביינאכט און ער איז זיך מתבודד, ער גיסט אויס זיין הארץ פארן אייבערשטן, "וְהַמְהַלֵּךְ בַּדֶּרֶךְ יְחִידִי" – ער גייט אין א פלאץ וואס קיינער גייט נישט דארט, "וְהַמְפַנֶּה לִבּוֹ לְבַטָּלָה" – צו זוכה זיין צו קומען צו ביטול צום אייבערשטן, "הֲרֵי זֶה מִתְחַיֵּב בְּנַפְשׁוֹ" – ווערט ער נכלל אינעם אייבערשטן וואס איז חיוב המציאות, און ער ווערט אויך א מחויב המציאות מיט די גאנצע וועלט; קוק אריין אין דעם רבינ'ס ווערטער וואס וויינט אויף די טעות וואס די אפיקורסים האבן, זיי זאגן אז די וועלט איז א פאקט וואס מוז זיין, זאגט דער רבי, דאס איז ליגנט, ווייל נאר דער אייבערשטער איז מחויב המציאות, אבער אלע וועלטן וואס דער אייבערשטער האט באשאפן איז אפשרי המציאות, דער אייבערשטער וואלט זיי ווען נישט געדארפט באשאפן, און נאר דער אייבערשטער מוז זיין, און דער רבי זאגט: "מאין נמשך הטעות", פון ווי קומט צו זיי דער טעות? ווייל איינמאל דער אייבערשטער האט באשאפן נשמות ישראל, מוז שוין זיין די גאנצע וועלט וכו' וכו', און ווען דער מענטש איז זיך מתבודד – ביינאכט – בדרך יחידי, הרי זה מתחייב, ער איז גורם צו ווערן מחויב המציאות, ער און אלע וועלטן וכו', עיין שם.


לערן אסאך גמרא, לערנען מאכט נישט שלעכטע מחשבות, עס קען זיין אז ביים לערנען קומען זיי ארויס און זיי גייען אינגאנצן ארויס פונעם מענטש, אזוי ווי וואסער וואס מען לייגט אויפן פייער, עס הייבט אן קאכן און עס הייבט אן ארויסגיין שמוץ, וועט דען איינער טראכטן אז די פייער מאכט די שמוץ און דען געבן אן עצה מער נישט אויפצוקאכן וואסער? ניין, נאר וואס דען? אין די וואסער איז באהאלטן שמוץ, און אדרבה, דורך לייגן אויפן פייער – גייען זיי ארויס (עיין שיחות הר"ן, סימן עט), אזוי אויך ווען דו וועסט לערנען גמרא, משניות וכו' – וועט זיך אפשר דאכטן אז די גמרא און משניות מאכן מחשבות וכו', אבער עס איז נישט אזוי, עס איז נאר מטהר, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות כב.), אויפן פסוק (ירמיהו כג, כט): "'הֲלֹא כֹה דְבָרִי כָּאֵשׁ נְאֻם ה'', שֶׁאֵין דִּבְרֵי תוֹרָה מְקַבְּלִין טוּמְאָה".


איך שיק דיר צוריק דעם בריוו קיין לאנדאן אז דו זאלסט זיך קענען מחי' זיין, אויך קענסטו יעדע וואך אויפזוכן די קונטרס 'עצתו אמונה', לערן עס בקול, כאילו די בריוון זענען פאר דיר פערזענליך, ווייל אלע בריוון זענען פאר יעדן איינעם פערזענליך.

#2427 - מיט וואס זאל מען מחזק זיין א מענטש?
התחזקות, רפואה, אמונה, חסד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו וואס זענען אזויפיל מחזק און געבן א ריכטיגן וועג און בליק אין לעבן.


א חבר'טע האט מיר געבעטן צו קומען מיט איר צו מחזק זיין א געוויסע מיידל. די מעשה מיט די מיידל איז אז אירע עלטערן האבן זיך גע'גט לא עלינו, און זי האט דאס גענומען זייער שווער, זי האט אנגעהויבן באקומען פאניק אטאקעס און יעדעס מאל האט זי ממש גע'חלש'ט, און אזוי האט זי זיך איינגעשפארט אינדערהיים פאר עטליכע חדשים. לעצטנס האט זיך געכאפט א שטארקע פאניק אטאקע און זי האט גע'חלש'ט, און ווען זי האט זיך ערוועקט איז זי געבליבן געלעמט רחמנא ליצלן, אין אנהויב זי נאך געקענט רעדן און רירן איין האנט, אבער שפעטער האט זי שוין אויך נישט געקענט רירן די צווייטע האנט, און יעצט רעדט זי נאר זייער שוואך און שטיל.


איך בין געגאנגען רעדן צו איר צוזאמען מיט די חבר'טע, ווייל איך האב געזען אין א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א אז צו מחזק זיין א מענטש דארף מען קיינעם נישט פרעגן רשות, מיר האבן גערעדט צו די מיידל און איר מחזק געווען מיט אמונה אז דער אייבערשטער איז מיר איר, און מיט א האפענונג אז דער אייבערשטער וועט איר זיכער העלפן און עס וועט איר נאך ווערן גוט אין לעבן.


מיר האבן געשריבן שיינע צעטלעך מיט ווערטער פון אמונה און עס אויפגעהויבן אויף די ווענט, די מיידל האט זיך זייער געפריידט צו אונזערע דיבורים און געבעטן מיר זאל קומען מער צו איר.


מיר האבן געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א וועלכע סארט זאכן מיר זאלן רעדן מיט איר, עס זעט אויס אז די געלעמטקייט קומט פון א גייסטישע שוועריקייט, און מיר האבן געזען אז ווען מיר האבן איר פרייליך געמאכט האט זי געלאכט און איר אקסלען האבן זיך יא גערירט פון שמחה און לאכן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז גאר א גרויסע מצוה וואס ענק טוען, זייט ממשיך מיט די גרויסע מצוה.


דער עיקר זאלן ענק רעדן פון אמונה, ווייל אמונה היילט די נפש, אמונה היילט אלעס, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות, און זיי ליידן פון דעם נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דער רבי רעדט פון גייסטישע קרענק, 'יסורי הנפש' וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם. דער רבי זאגט: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה, "בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת", ליידט ער נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, "שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלֹא זְכוּת אָבוֹת", און דאן העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2426 - ווי אזוי שאפט מען געלט?
לימוד התורה, פרנסה, שמחה, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


לעצטנס איז מיר זייער שווער מיט געלט, איך קען ממש נישט דעקן דעם חודש, און יעצט האב איך אויך געהאט עקסידענט, איך האב אריינגעקראכט אין א צווייטער קאר, איך שפיר אז דער אייבערשטער וויל עפעס פון מיר.


וואס קען איך טון? וואס דארף איך פאררעכטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ממון חלק א', סימן צז): "מי שאין לו פרנסה", ווער עס האט נישט קיין פרנסה, "יעסוק בתורה", זאל לערנען תורה, "ואחר כך יתפלל על פרנסה", און נאכדעם זאל ער דאווענען אויף פרנסה, "בוודאי יתקבל תפילתו", וועט זיכער ווערן אנגענומען זיינע תפילות; אזוי זאלסטו טון, זיי זיך קובע צו לערנען מקרא, משנה, גמרא והלכה, און נאכדעם זאלסטו זיך מתבודד זיין און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר מאכן א נס און געבן גרויס שפע, פרנסה בריווח.


נאך א סגולה פאר פרנסה בריווח, צו זאגן יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים, דעם "תיקון הכללי" [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן כט), אז זאגן דעם "תיקון הכללי" איז א סגולה אויף פרנסה.


נאך א סגולה איז דא פון הייליגן רבי'ן, צו זיין פרייליך אז מען איז א איד און נישט קיין גוי. דער רבי זאגט (ספר המדות שם, סימן מז): "השמחה תמידית מסוגל להצלחה", זיין פרייליך איז מסוגל פאר הצלחה, און פארקערט, (שם, סימן פט): "העצבות", זיין דערביטערט, "מפסיד הפרנסה", מאכט שאדן די פרנסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.



א גוטן חודש.

#2425 - ווארטן פאר א טאטע ביים עלעוועיטאר?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די חדר, איך בין זייער צופרידן ברוך ה'.


איך האב געוואלט פרעגן א שאלה, אזוי ווי ווען א טאטע קומט אריין אין שטוב דארף מען קודם ווארטן ביז ער גייט אריין, און דעמאלט אריינגיין, וויל איך פרעגן צי ביי אן עלעוועיטאר דארף מען אויך ווארטן ביז ער גייט אריין ערשט?


יישר כח


...


תלמוד תורה היכל הקודש, בית שמש

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


יא, אודאי אזוי; אלץ דארף מען לאזן דעם טאטן אריינגיין ערשט, דאס איז א חלק פון די מצוה פון כיבוד אב.


שטארק זיך מיט די מצוה פון מכבד זיין טאטע מאמע, ווייל ווער עס איז מכבד טאטע מאמע איז מכבד די שכינה הקדושה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.



א גוטן חודש.

#2424 - ווי אזוי קען איך ארויפקוקן מיין מאן?
שלום בית, סיפורי צדיקים, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן איז ברוך ה' א תלמיד חכם און ער לערנט פלייסיג, אויך טוט ער אסאך חסד און העלפט ארויס אנדערע מענטשן, אזוי ווי ער איז אבער נישט אזא מסודר'דיגער מענטש, קען אויסקומען אז ער בלייבט פארנומען מיט זיינע עסקנות ביז שפעט אין די נעכט, איך בין אבער ברוך ה' זייער צופרידן מיט אים.


איין זאך וואס טוט מיר אבער וויי איז דאס וואס ער איז נישט מקפיד צו דאווענען אינדערפרי פאר חצות מיט מנין, ער קען אויפשטיין שפעט, און נאך ענטפערן עטליכע טעלעפאן רופן, וואס קען זיך אריינציען ביז נאך חצות. אויך ביי מנחה מעריב שטרענגט ער זיך נישט אן צו דאווענען מיט מנין, כאטש וואס רוב מאל קומט אים יא אויס צו דאווענען מנחה מעריב מיט מנין, ווען עס מאכט זיך אבער אז ער ווערט פארנומען, וועט ער נישט ארויסגיין פון זיין וועג צו דאווענען מיט מנין.


איך ווייס אז דאס האט גארנישט מיט מיר, עס איז נישט מיין אחריות אז ער זאל דאווענען מיט מנין און עס דארף מיר בכלל נישט שטערן, וואס קען איך אבער טון אז עס באדערט מיר יא? און עס נעמט אוועק די רעספעקט וואס איך האב צו אים, און למעשה טוט מיר עס זייער וויי, סך הכל וויל איך האבן א מאן א ירא שמים, און ווי אזוי קען איך אים מכבד זיין און ארויפקוקן ווען זיין דאווענען זעט אזוי אויס? לעצטנס האב איך באמערקט ווי ער האט געגעסן א שטיקל קעיק מיט זיין קאווע פאר'ן דאווענען, דאס האט מיר זייער וויי געטון, דאס מאכט אז איך זאל אים נישט קענען ארויפקוקן.


איך וויל נאכאמאל באטאנען אז איך ווייס אז דאס האט נישט מיט מיר, עס איז נישט מיין עבירה און נישט מיין אחריות, אבער נאכאלץ וויל איך שפירן פרייליך און צופרידן מיט מיין מאן, איך וויל אים באמת קענען ארויפקוקן און מכבד זיין אויך אין מיין הארץ.


יישר כח פאר'ן ליינען מיין בריוו, איך קוק ארויס אויף אן ענטפער און הדרכה פונעם ראש ישיבה שליט"א.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זעט נישט מיט אייערע אויגן ווי דער סמ"ך מ"ם האט געטראפן א וועג צו צעברעכן אייער שטוב? איר זעט נישט מיט אייערע אויגן ווי איר ווערט פארנארט אין זיין נעץ? איר זאגט אליינס אז דאס מאכט איר זאלט אראפקוקן אויף אים און עס נעמט אוועק די ליבשאפט צווישן ענק.


וויסן זאלט איר, אזוי ווי ביימער און גראז קענען נישט וואקסן נאר אז מען באוואסערט זיי, אזוי קען א מענטש נישט וואקסן נאר אז מען האלט פון אים, און ביז וויפיל מען האלט אז ער קען אנקומען - ביז אהין קען ער אנקומען; ביי קינדער איז דאס געוואנדן לויט די עלטערן און לויט זיין מלמד, און שפעטער נאך די חתונה איז דאס געוואנדן אין די ווייב; אז די ווייב שעצט אים - קען ער וואקסן, און אז אין איר הארץ האלט זי נישט פון אים - קען ער נישט וואקסן, און אזוי דערציילן אונז די הייליגע חכמים (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד", עס איז געווען א מעשה מיט אן ערליכער איד וואס האט חתונה געהאט צו אן ערליכע פרוי, נאכדעם וואס עס זענען אריבער לאנגע יארן וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער, האבן זיי זיך גע'גט, און דער ערליכער איד האט חתונה געהאט מיט א שלעכטע פרוי און זי האט אים געמאכט פאר א רשע, און די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א רשע, און זי האט אים געמאכט פאר א גרויסער צדיק, פירט אויס דער מדרש: "הֱוֵי שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז אלעס איז געוואנדן אין די פרוי; אויב די פרוי קוקט גוט אויף איר מאן - ווערט ער א צדיק, און אז די פרוי האלט נישט פונעם מאן - זי קוקט אים אראפ - פאלט ער נעבעך אראפ.


זוכט אין אייער מאן נאר דאס גוטס, א פרוי האט די כוחות צו זען נאר דאס גוטס, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה מה:): "מְלַמֵּד שֶׁנָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּינָה יְתֵירָה בָּאִשָּׁה יוֹתֵר מִבָּאִישׁ", דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א פרוי מער חכמה ווי פארן מאן; א פרוי האט א ספעציעלע שכל און פארשטאנד צו קענען טרעפן דאס גוטס אינעם מאן און אין די קינדער, און אז זי ניצט דאס אויס איז זי זוכה צו בויען איר שטוב, עס ווערט מקוים ביי איר (משלי לא, ל-לא): "אִשָּׁה יִרְאַת ה' הִיא תִתְהַלָּל, תְּנוּ לָהּ מִפְּרִי יָדֶיהָ וִיהַלְלוּהָ בַשְּׁעָרִים מַעֲשֶׂיהָ".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2423 - פארוואס האב איך געלאזט צעשניידן דעם קינד?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, תשובה, הפצה, מלמדים, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געלערנט אלס קינד אין חדר מיט א קינד וואס זיינע עלטערן זענען תלמידי היכל הקודש, תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע; איך בין געווען פון זיינע נאנטע חברים.


איך געדענק אים אלס א גוט קינד, מיט אביסל א שוואכע קאפ אין לערנען, אבער מיט א געוואלדיגע חשק צו לערנען, ער פלעגט לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד, ער האט דורכגעזאגט מסכתא נאך מסכתא מיט התלהבות, און יעדעס מאל ווען ער האט געענדיגט א מסכתא האט זיין מאמע געשיקט א טארט אין חדר לכבוד די סיום.


אבער אנשטאט דער מלמד זאל אים מחזק זיין, זענען זיינע סיומים געווארן א קוואל פון געשפעט און חוזק, דער מלמד פלעגט אים פארשעמען, זאגנדיג: "דו ליינסט גמרא און דו מאכסט א סיום", און די קינדער פלעגן אים באזינגען מיט חוזק טענער אויף מוהרא"ש, איך קען ניטאמאל שרייבן די ווערטער וואס מען האט געזאגט אויף מוהרא"ש.


איך בין דארט געווען, איך בין געווען זיין חבר, און איך האב זיך נישט אנגענומען פאר אים, איך האב אים נישט באשיצט. איך בין דעמאלט געווען א קינד, און איך האב נישט פארשטאנען ווי גרויס איז די כח פון ליצנות, אפשר אין יענע מוסד האט מען געהאלטן פון פארשעמען... און איך האב נישט געוואוסט ווי טיף א ווארט קען אריינגיין אינעם נפש פון א קינד; היינט פארשטיי איך, און עס רייסט מיר דאס הארץ.


אינמיטן כתה ח' איז ער אנטלאפן פון חדר, און מער האט מען נישט געהערט פון אים.


פאר פיר יאר צוריק האב איך אים נאכאמאל באגעגנט, איך האב געהאט טרערן אין די אויגן, ער האט מיך ארומגענומען און געהאלזט, אבער דאס קינד וואס איך האב געקענט איז שוין געווען אן אנדערער מענטש, נעבעך אן א קאפל און אן פיאות. זייט דעמאלט בין איך אסאך מתפלל פאר אים, און איך טובל זיך אין מקוה לזכותו.


וואס דארף איך מתקן זיין? איך דארף עפעס מקבל זיין אויף מיר? מער מתפלל זיין? דארף איך א תיקון אויף דעם וואס איך האב זיך נישט אנגענומען פאר אים און אים נישט באשיצט? אפשר ווען איך וואלט דעמאלט געהאט שכל וואלט איך אים געזאגט: "שעם זיך נישט, דו לערנסט, דו שטרענגסט זיך אן, דו ענדיגסט מסכתות, דו ביסט זייער טייער ביים אייבערשטן", די ווייטאג טראגט איך מיט מיר ביז'ן היינטיגן טאג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער ווייטאגליך צו הערן די מעשה, די סארט מעשיות ווי א מלמד מיט קינדער האבן גורם געווען אוועק צו שטופן א קינד דורך טשעפען און פארשעמען - דאס שניידט אריין אין הארץ; ווי קען זיין אז א טאטע שיקט זיינע קינדער צו א מלמד ער זאל אים אויפבויען, אויפהייבן, און דיקא דער מלמד איז גורם ער זאל אפלאזן זיין גאנצע אידישקייט; ווי קען זיין אזא זאך? ווי מעג אזא איינער זיין א מלמד? לאמיר זאגן דער מלמד איז גערעכט, וואס זאל דער קינד טון ווען אין שטוב הערט ער איין סארט מהלך און אין חדר הערט ער א צווייטע סארט מהלך, וואס קען ער טון? דאס איז מיין טאטע, ווי מעג מען אוועק מאכן מיין טאטע? דאס הרג'עט אים זיין נפש אויף זיין גאנץ לעבן.


אודאי זאלסטו זיך פארנעמען צו פאררעכטן, זאלסט מתפלל זיין פאר אים, בעט דעם אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו תשובה טון, תפילה איז זייער שטארק, תפילה איז שטערקער ווי שכל, ווי טבע, ווי פאקטן וכו' וכו'; תפילה והתבודדות איז די עצה.


דו ווייסט אודאי די מעשה ביי ר' נפתלי א תלמיד ביים רבי'ן וואס האט געהאט א זון וואס איז אוועקגעפאלן פון אידישן וועג, פלעגט ער דאווענען אז דער קינד זאל שטארבן; ער האט נישט געקענט צוקוקן ווי זיין זון פירט זיך אויף נישט אידיש, וכך הוה, דער קינד איז געשטארבן. האט אים רבי נתן פארגעהאלטן: "וואלסט געדארפט בעטן ער זאל תשובה טון, וואלט ער תשובה געטון", ווייל אז מען בעט פאר א קינד, קרוב אדער חבר זיי זאלן תשובה טון – פועל'ט מען.


אויך זאלסטו עוסק זיין אין פארשפרייטן פאר מלמדים און מחנכים וכדומה - די קונטרסים און ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן פון חינוך הילדים, עצות און הדרכה פאר מלמדים און מחנכים, ווי אזוי מען איז מחנך קינדער, ווי אזוי מען דארף אכטונג געבן נישט צו פארשעמען קינדער, און אז א קינד קומט פון א שטוב וואס זיי האבן געוויסע מנהגים אדער א געוויסע דרך - זאל דער מלמד דאס שעצן, און חס ושלום נישט אפלאכן, און אז די עלטערן פונעם קינד זענען אינטערעסאנט - דארפן די מלמדים און מחכנים וכדומה - שטיין על המשמר און באשיצן די קינדער, די קינדער זאלן זיך נישט נעמען אויף דעם קינד כחץ למטרה.


מוהרא"ש האט געשריבן הערליכע ספרים און הערליכע קונטרסים, אויך קומט ארויס כסדר פרישע ספרים, קונטרסים און גליונות; וואויל איז דעם וואס פארשפרייט דאס, וועט ער האבן א חלק און אויפבויען אזויפיל אידישע נשמות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



כתיבה וחתימה טובה.