א גרויסער ציבור תושבי עיר התורה לעיקוואוד יצ"ו וועלן זיך צוזאם קומען דעם קומענדיגן ליל שישי הבעל"ט (פ' לך לך) צום שיעור פון הגה"צ דער ראש ישיבה שליט"א.
דער שיעור וועט פארקומען אין ביהמ"ד ברסלב 423 6טע סטריט, וואו דער ראש ישיבה שליט"א וועט זאגן א הערליכע שיעור, ווי דער לעיקוואודער עולם וועט האבן די זעלטענע געלגענהייט פערזענליך צו הערן וויאזוי מיר קענען לעבן טאג טעגליך מיט די עצות פון רבין און זוכה זיין זיך צו פרייען אז מיר זענען אידן און זיין אמת'דיגע ערליכע אידן. און אויסנוצן אונזערע יארן איינצוקויפן נצחיות'דיגע סחורה.