א הערליכע יום טוב איז אריבער אויף תלמידי היכל הקודש דעם ראש השנה אין אומאן ווען די תלמידי היכל הקודש האבן זיך אלע געהאלטן צוזאמען, יעדער אויף זיין פלאץ וואו ער באקומט חיזוק און התעוררות במשך די גאנצע יאר.
מוהרא"ש ז"ל פלעגט אלץ זאגן אז דאס וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שי"ט) "אני אעשה מכם כיתות כיתות", מיינט נישט אז די כיתות דארפן זיך קריגן צווישן זיך, פארקערט, יעדער האלט זיך צוזאמען, אלע שעפן פונעם זעלבן לויטערן קוואל פון הייליגן רבי'ן, נאר יעדער טרעפט זיך פלאץ וואס קען מער אריינברענגען אין אים די לימודים פון הייליגן רבי'ן און אים דערנענטערן צום אייבערשטן, און אדרבה מ'דארף מחזק זיין איינער דעם צווייטן, לעבן באהבה ואחוה, און יעדער זאל מקבל זיין פון זיין משפיע וואס רעדט דאס בעסטע צו זיין הארץ.
דאס איז מקוים געווארן מיט'ן פולסטן שיינקייט ביי די תלמידי היכל הקודש, כאטש וואס מיר האבן ליידער פארלוירן מוהרא"ש זי"ע, האלטן זיך די תלמידים ווייטער אינאיינעם באהבה ושלום. יעדער פרובירט ווייטער ממשיך זיין צו לערנען זיינע הייליגע ספרים, צו מקיים זיין זיינע הייליגע עצות. די חשובי תלמידי מוהרא"ש זענען ממשיך פארצולערנען די תורות פון הייליגן רבי'ן לויט ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, און די תלמידי היכל הקודש זענען ווייטער מקבל יעדער איינער פון דעם פלאץ וואס רעדט דאס מערסטע צו זיין הארץ, און אזוי האט יעדער די ריכטיגע התחזקות זיך צו קענען שטארקן אין עבודת ה' אויפ'ן רבינ'ס דרך.
עס זענען געווען 4 באזונדערע לאקאלן פון בתי מדרשים פון היכל הקודש אין אומאן:
ביהמ"ד היכל הקודש "זכרון יחזקאל שרגא", אנגעפירט דורך הרה"ח ר' יצחק לעזער שליט"א. דער ביהמ"ד איז געווען אין א גרויסער שאטער גאנץ נאנט צום ציון הק' נעבן די צענטראלער באס סטאפ, דארט וועט בעז"ה געבויט ווערן אינעם קומענדיגן יאר א גרויסער פערמענאנטער ביהמ"ד, און מקוה מיט אלע הצטרכות'ער פון אכילה שתי' לינה.
בית המדרש היכל הקודש "חסדי חיים", וואס איז געווען אינעם גרויסן בנין פון מעגאמעטער, ממש אונטערן ציון הק', אנגעפירט דורך הרה"ח ר' נחמן שיק שליט"א, בנו בכורו פון מוהרא"ש ז"ל.
אויך איז געווען א לאקאלער ביהמ"ד היכל הקודש "בית נתנאל", אינעם הויף פונעם אכסני' פון הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א, אין צענטער פון אומאן, אויף די פושקינא גאס.
דערנאך איז געווען דער נייער בנין היכל הקודש אנגעפירט דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א, וואס איז געבויעט געווארן ווייט ארויס פונעם צענטער, אויף דער בילאצערקיווסקע גאס, א וועג פון בערך 20-25 מינוט צו גיין פון ציון הק' דורך שטילע געסלעך פון קליינע הייזער ארומגענומען מיט ביימער און גראז.
דער יום טוב ראש השנה ביים ראש ישיבה שליט"א איז אריבער אויף אן געהויבענעם פארנעם, עס איז געווען אן אנגעפילטער סדר היום ווי מען האט אויסגענוצט יעדע מינוט פון ווען מ'איז אנגעקומען ביז'ן אהיימגיין, מיט דאווענען, גיין צום ציון, סעודות שב"ק ויו"ט, און שיעורי תורה.
דער נייער געביידע - וועלכע פארשפרעכט צו זיין פּראכט פון א בנין - איז נאכנישט געווען פארטיג, און איז דעריבער געווען צוגערישט אויף א פראוויזארישער אופן. מיט דעם אלעם איז געווען ב"ה צוגעשטעלט אלע געברויכן ברוחניות ובגשמיות. דער ריזיגער היכל בית המדרש איז געווען צוגערישט מיט הונדערטער זיץ ערטער, און איז געווען ליכטיג און לופטיג. עס זענען געווען פיינע באקוועמע נייע בעטן, געשמאקע מאכלים בהרחבה, און א פיינע גרויסער מקוה, מיט גענוג שויערס.
רוב ציבור איז אנגעקומען קיין אומאן דאנערשטאג נאכט, עס איז געווען צוגעשטעלט א פיינער נאכטמאל, מיט וואס מ'האט זיך מחי' געווען פונעם לאנגן וועג, און דערנאך האט מען געדאווענט מעריב און מען איז זיך געגאנגען צולייגן. אינדערפרי נאך א פיינע מקוה און תפלת שחרית, איז געווען צוגעגרייט א געשמאקע פרישטאג.
אין אלע וואכן טעג איז געווען צוגעשטעלט א ספרינטער ווען וואס האט געדינט אלץ א "שאטל", וואס האט געטראגן דעם עולם צום ציון אויף א פונקטליכער סקעדזשועל אהין און צוריק, יעדע 15 מינוט.
עש"ק נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם בארימטן שיעור אין א בלאט גמרא בבלי און ירושלמי, וואס דער ראש ישיבה לערנט פאר מיט א מורא'דיגע געשמאק יעדן טאג, און איז ספעציעל באקאנט מיט די שיינע דברי חיזוק וואס דער ראש ישיבה נעמט ארויס פון יעדן בלאט גמרא.
נאכמיטאג איז געווען א פיינע טועמי' צוגעגרייט, און דער עולם האט זיך געגרייט צום היייליגן שב"ק.
עס איז אריבער א הערליכער שבת, מיט שיינע ווארימע תפילות, הונדערטער אידן האבן זיך געשלעפט איבער א האלבע שעה אין די רעגן מיטצוהאלטן די תפלות. נאכ'ן דאווענען איז דער עולם אראפגעגאנגען אונטן צום עס זאל וואו איז צוגעשטעלט געווארן א הערליכע סעודה לכבוד שבת קודש, און נאך די סעודה איז מען צוריק ארויף אין שול צו די באטע, וואו מען האט געזונגען אינאיינעם די זמירות. דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ספעציעל ארויסגעברענגט די זכיה וואס מען האט צו זיין אויף א שבת ביים רבי'ן, וואס דער רבי זאגט אז דאס איז אזוי ווי פאסטן זיבן מאל משבת לשבת. און דער ראש ישיבה האט מעודד געווען מ'זאל אויסנוצן יעדע מינוט וואס מ'וויילט דא אין אומאן, זיך אויסצובעטן א גוט געבענטשט יאר.
שב"ק אינדערפרי האט ר' יושע אליעזר גליק געגעבן א נאמען ביי קריאת התורה, און האט געגעבן קידוש נאכ'ן דאווענען לכבוד די שמחה. ביים קידוש האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט סיפורי מעשיות (מעשה פונעם חכם ותם), און האט ספעציעל ארויסגעברענגט אז ווען מ'לעבט מיט די עצה פון "דאס איז מיין מעשה, און דאס איז יענעמ'ס מעשה", מ'קוקט נישט אויף א צווייטן, קען מען האבן א גוט לעבן אויף דער וועלט.
ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה גערעדט פון די מעשה פון אלישע און גחזי ווי דער גענעראל פון ארם איז געקומען זיך אויסהיילן פון זיינע קרעץ און אלישע הנביא האט אים געהייסן זיך טובל'ען אינעם ירדן, און ער האט זיך אויפגערעגט "ביי אונז איז דא אסאך געזונטערע בעדער ווי די שמוציגע וואסער פון ירדן", אבער זיינע ארומיגע האבן אים געזאגט "וואס האסטו צו דערלייגן? פרוביר עס אויס", און ווען ער האט געפאלגט איז ער טאקע געהאלפן געווארן. א מענטש קען טראכטן אז "פאר מיינע שווערע עבירות מוז איך רייסן שטיקער פון מיר כדי תשובה צו טון", דער אמת איז אבער אז מ'דארף גלייבן אין א צדיק און פאלגן וואס ער זאגט בתמימות ובפשיטות, אפילו ווען מ'פארשטייט נישט וויאזוי דער תיקון ארבעט, דארף מען גיין צום ציון און זאגן די צען קאפיטלעך פון תיקון הכללי, און אזוי וועט מען זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס וואס מ'האט קאליע געמאכט.
מוצש"ק האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דער שיעור אין גמרא. און 1:00 איז געווען סליחות "זכור ברית", דער בעל תפלה איז געווען הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א פון קרית יואל.
נאך סליחות האט מען געגעבן פדיון נפש פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר עטליכע שעה, ביז 5:00 פארטאגס.
אינדערפרי נאכן דאווענען, האט דער ראש ישיבה גענומען פדיון נפש פאר אלע וואס האבן נישט אנגעיאגט נעכטן, און דערנאך האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דער שיעור אין גמרא.
דערנאך איז דער ראש ישיבה געגאנגען צום ציון זיך צו באטייליגן ביים "תיקון הכללי העולמי", וואס איז איינגעפירט געווארן אין די לעצטערע יארן אז צענדליגע טויזנטער אידן זאגן אויס אינאיינעם דעם תיקון הכללי ביום ציון הק' ערב ראש השנה ביי חצות. אזוי אויך זענען די קינדער געגאנגען זיך באטייליגן ביים "תיקון הכללי העולמי", און געזאגט דעם תיקון הכללי אונטערן די אויפזיכט פון די גאנץ יעריגע מלמדים. דערנאך איז סערווירט געווארן א פיינער טועמי'.
ראש השנה ביים זמן איז מען זיך צוזאם געקומען צו מנחה, דער בעל תפלה צו מנחה איז געווען הר"ר יונה זינגער שליט"א, צו מעריב איז צוגעגאנען הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א. נאך מעריב איז דער עולם אריבער זיך אנווינטשן לשנה טובה ביים ראש ישיבה, וואס האט יעדן שיין אנגעווינטשן.
נאך א שיינע סעודה, האט זיך דער עולם געאיילט צו גיין שלאפן, כדי צו קענען אויפשטיין אינדערפרי פאר'ן עלות. פארטאגס איז מען אויפגעשטאנען 5:00, און 5:30 האט שוין דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט דעם שיעור אין גמרא, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אינאיינעם צו גיין צום ציון, פארטאגס ווען ס'איז ליידיגער און מ'קען זיך אויסבעטן מיט מער ישוב הדעת.
8:15 איז געווען אדון עולם, פסוקי דזמרה האט געדאווענט הר"ר מרדכי היימליך, און דער ראש ישיבה האט געדאווענט שחרית און מוסף, וואס איז געווען זייער שיין, די בארימטע כאאר פון ישיבה אינאיינעם מיט די קינדער האבן זייער שיין מיטגעזינגען ביים דאווענען.
דער ראש ישיבה האט געזאגט א דרשה ביי תקיעת שופר, ער האט מעורר געווען אויסצונוצן די געהויבענע מינוטן ווי עס דארף צו זיין, ווייל בשעת מען בלאזט שופר ווערן די טענות פונעם שטן צעמישט, און ער קען נישט מקטרג זיין, און דערפאר איז עס זייער א גוטע צייט וואס מ'קען בעטן דעם אייבערשטן וואס מ'וויל, און זיך איבערבעטן מיטן אייבערשטן. אויך האט דער ראש ישיבה זייער שטארק געבעטן אז קיינער זאל נישט פיינט האבן א צווייטן, מען זאל זיך זייער דערווייטערן פון מחלוקת, אפילו ווען מ'האלט אנדערש פון יענעם, דארף מען זיך נאך אלץ ליב האבן.
דערנאך איז געווען א שיינע סעודה ווי מען האט געזונגען אינאיינעם שיינע ניגונים לכבוד יום טוב.
מנחה איז געווען 7:00, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געזאגט א שיינע דרשה, צו וואס עס זענען געקומען צו גיין א גרויסער עולם פון נאנט און ווייט. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, ער האט נאכגעזאגט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן מיטל-נאכט, אז דער צווייטער טאג יו"ט איז שוין "דינא רפיא", מ'איז שוין נישט אזוי אויסגעמוטשעט ווי מ'איז געווען ביים אנקומען קיין אומאן נאך א שווערע נסיעה, און דעריבער זאל מען זען אויסצונוצן דעם טאג מיט תפלות ותחנונים און פועל'ן א גוט געבענטשט יאר, און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט דברי חיזוק והתעוררות מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.
נאך די געהויבענע סעודה האט איינער געפרעגט וועגן גיין צום ציון ביינאכט, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ביינאכט איז נישט א פאסיגע צייט צו גיין צום ציון, ענדערש זאל מען זיך לייגן פרי, און גיין פארטאגס ווען די לופט איז ריין.
כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, די זעלבע האט זיך איבערגע'חזר'ט ביים צווייטן טאג יום טוב, דער עולם האט מיטגעהאלטן די געהויבענע תפלות, סעודות, שיעורים, און דרשות. פאר'ן זמן האט דער ראש ישיבה ווידער געזאגט א דרשה, ארויסברענגדיג וואס מ'נעמט אהיים פון דעם יום טוב אין אומאן. מ'זאל מיטנעמען די עצות פון הייליגן רבי'ן אויך אויף די גאנצע יאר, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן יעדע זאך, אויך ווען מ'גייט צוריק אהיים צום געווענליכן טאג טעגליכן שטייגער זאל מען געדענקען דאס וואס דער רבי לערנט אונז, צו לעבן מיט'ן אייבערשטן און זיך אויפפירן ווי עס דארף צו זיין.
ויום טוב היו עושים בצאתם בשלום מן הקודש, מוצאי יו"ט האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ, און מ'האט געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע זכי' אז מיר זענען געווען אין אומאן אויף ראש השנה, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען זיכער גע'פועל'ט א גוט געבענטשט יאר פאר זיך און פאר די גאנצע משפחה.
מי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!