דעם פארגאנגענעם שבת פ' ויקרא האבן א גרופע בחורים אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א געוויילט אין יבניאל.
די נסיעה איז ארויסגעפארן מיטוואך נאכט פון ניו יארק, אנקומענדיג דאנערשטאג פארנאכטס אין ארץ ישראל. פרייטאג פארטאגס האבן די בחורים אויסגעזאגט גאנץ תהלים ביים ציון הק' פון מוהרא"ש אין יבניאל, אזוי ווי מוהרא"ש האט מבטיח געווען אין זיין צוואה, און ער האט געהייסן דאס אויסגעקריצן אויף זיין מציבה, "איך זאג צו אז יעדער בחור אדער מיידל וואס דארף א שידוך און זיי וועלן קומען דא אויף מיין קבר און דורכזאגן גאנץ ספר תהלים פון אנפאנג ביזן סוף פאר מיין זכות, וועל איך טון אלעס וואס איך קען, אז זיי זאלן טרעפן זייער שידוך. און דאס זאג איך צו מיט א שטארקע הבטחה".
שבת קודש האט מען געפראוועט אין יבניאל מיט גרויס דערהויבנקייט, די איינוואוינער אין יבניאל האבן געשעפט פרישע כוחות און חיזוק פון דעם שיינעם שבת. מוצאי שבת צום מלוה מלכה זענען געקומען צו פארן פילע געסט פון נאנט און ווייט, זיך אנצואווארימען מיט די חיזוק און התעוררות פונעם ראש ישיבה שליט"א.
אין לויף פון די עטליכע טעג וואס מען האט געוויילט אין ארץ ישראל איז מען אינאיינעם ארומגעפארן צו פילע קברי צדיקים, וואו מען האט זיך אויסגעבעטן אלעס גוטס.
ביים ציון הק' פון רבי חייא האט מען אויך געלערנט אינאיינעם א פרק אין תוספתא וואס רבי חייא האט געשריבן. דער ראש ישיבה האט דערציילט פאר די בחורים די מעשה וואס חז"ל דערציילן (בבא מציעא פ"ה) אז א מענטש איז בלינד געווארן נאכדעם וואס ער האט געקוקט אויף רבי חייא אויבן אין הימל, און דערנאך איז ער געגאנגען צו זיין ציון און געבעטן פון רבי חייא אז ער זאל האבן א רפואה אויף די אויגן אין זכות וואס ער לערנט די תוספתא וואס רבי חייא האט מסדר געווען, און ער איז טאקע אויסגעהיילט געווארן. די בחורים לערנען אויך יעדן טאג א פרק אין תוספתא, און מען האט מתפלל געווען געהאלפן צו ווערן מיט אלע ישועות און רפואות.
אזוי איז מען ווייטער ארומגעפארן צו אסאך קברי צדיקים, ביז ווען מען איז זונטאג נאכט צוריק געקומען קיין אמעריקא, מיט פרישע חשק אנצוגיין צו דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין, און מיט די שטארקע אמונה אז מען האט זיכער אויסגע'פועל'ט אלעס גוטס.
לקדושים אשר בארץ המה!