דער ציבור אין קרית ברסלב וואקסט כסדר, און א שמחה אין שטעטל איז ב"ה שוין נישט קיין זעלטנהייט. 
פארגאנגענעם זונטאג איז פארגעקומען א "בר מצוה אין שטעטל" ווען הבחור בנימין זאב נ"י בן מו"ה אשר לעמל זוסמאן הי"ו, איז אריין לעול התורה והמצוות.
די סעודת הבר מצוה איז פארגעקומען אין בית המדרש אין שטעטל אויף האשקי, ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט כסדר אויס אז אפילו אויב מען קען זיך ערלויבן זאל מען נישט אויסגעבן געלט פאר קיין נארישקייטן ביי די שמחות, נאר פראווען די שמחות אויף א פשוטע אופן, מיט א אידישע טעם און א אידישע חן, נישט ווי אנדערע וואס זאגן "דאס איז נאר איינמאל אין לעבן"... און מען גיבט אויס גרויסע געלטער - וואס מען האט אפילו נישט...
אין היכל הקודש האט מען גרויס רחמנות אויף די וואס בארגן געלט נאר כדי מען זאל אים זאגן "וואוא, אזזזזא ששיינע סימכע!" בשעת ווען אונטער זיין רוקן קייען זיינע "גוטע חברים" די "בשר" וואס ער האט צוגעשטעלט פאר זיי ביים מעכטיגן "סימכע", און קאכן "אויף וועמענ'ס חשבון פאטשקעט ער דא!? פארוואס באצאלט ער נישט זיינע חובות?!"...
דער אייבערשטער זאל העלפן דער בר מצוה בחור זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק, און א גאנץ לעבן זיך פרייען מיט די הייליגע תפילין.
איך האט געגליסט צו האבן א זון וואס וועט יעדן טאג גיין אין שול מיט טלית ותפילין (דברי רבינו)
🎞️ דער שיינער בר מצוה
📰 בית המדרש "אשר בנחל" צוריק אין דינסט נאך רענאוואציעס
📰 איבער 30 אומזיסטע חתונות אין בית המדרש
📚 קונטרס "א שיינע חתונה" פאר בלויז $1.49
📚 קוטרנס "האב רחמנות אויף דיין קינד פאר בלויז $1.49