פארגאנגענעם מאנטאג האבן די קינדער פון תלמוד תורה היכל הקודש אין קרית ברסלב געהאט די זכי' אז זיי האבן געהאט א געהויבענע באזוך פונעם ראש ישיבה שליט"א.
 
צוערשט איז דער ראש ישיבה געגאנגען באזוכן דעם נייעם בנין אין מחנה אילן החיים, אין בעפארברייטונג צום זומער און קעמפ סעזאן הבעל"ט ווי מען דארף מסדר זיין די קינדער אין די קעמפס. דערנאך האט דער ראש ישיבה באזוכט דער ישיבה אין שטעטל, דער נאך די קינדער אין תלמוד תורה, אזוי אויך אינעם אדמיניסטראציע אפיסעס, דער קרן הדפסה פאבריק, און די אפיסעס פונעם כולל און נאך.
 
די קינדערגארטן קינדער האט דער ראש ישיבה באגעגנט ווען זיי זענען געווען אויפן וועג אהיים, דער ראש ישיבה האט זיי געטיילט קענדיס, דערנאך איז דער ראש ישיבה אריין אין יעדע כתה באזונדער, און אין יעדע כתה האט דער ראש ישיבה אויסגערימט די קינדער און ארויסגעברעגט די ספעציעלקייט פון דעם כתה, און ווי שטארק ער פריידט זיך צו קענען קומען און ווי ער האט זיך שוין אזוי געבענקט צו זיי, און ווי ער זעט ווי די קינדער זענען וואויל און צדיקים, דער ראש ישיבה האט געטיילט גוטע זאכן פאר די קינדער און האט מחזק געווען די מלמדים.
 
אין כתה א' האט דער ראש ישיבה גערעדט פון די חשיבות פון רעדן צום אייבערשטן אויף די פשוטע שפראך, און האט פארציילט פאר די קינדער מעשיות ווי דער רבי האט געבעטן דעם אויבערשטן וואס ער האט געדארפט. דער ראש ישיבה האט געפרעגט די קינדער צי זיי האבן א "מעשה פון תפלה", איינער האט געזאגט אז ער האט געבעטן דעם אויבערשטן אז דער ראש ישיבה זאל קומען, דער ראש ישיבה האט אים געזאגט "זעסט דער אויבערשטער האט צוגעהערט דיין תפלה, איך בין דא", דער ראש ישיבה האט זיי געזאגט אויך ער בעט דעם אויבערשטן אז זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן צדיקים און תלמידי חכמים.
 
אין כתה ב' האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די חשיבות פון פיאות און ציצית, דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די קינדער א ווארט פון צדיקים אז ווען מ'קושט די ציצית און מען לייגט עס אויף די אויגן און מען זאגט "מצוות ה' ברא מאירת עינים", איז עס מסוגל אז די אויגן זאלן בלייבן געזונט מען זאל קענען אייביג זען.
 
אין כתה ג' האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די מגילה, מ'איז געגאנגען צו די סעודה פון אחשורוש, היינט איז אויך דא אזעלעכע זאכן - האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט - מען מאכט קאנצערטן אן יראת שמים, און די וואס פאלגן מרדכי הצדיק גייען נישט אהין. וואס לערנט אונז מרדכי הצדיק אויס? מען זאל שרייען צום אויבערשטן "העלף מיר". דער ראש ישיבה האט גערעדט צו די קינדער איבער זיך פארשטעלן פורים, וויבאלד זיי זענען שוין גרויס, דארפן זיי פארשטיין אז וואס עלטערן זאגן איז הייליג און טייער, און אז מען ווערט נישט מעכטיג מיט א טייערע פארשטעלאכטס. דער ראש ישיבה האט אויך גערעדט פון די גרויסקייט פון משניות.
 
אין כתה ד' האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די פרשה פון בויען די משכן. "בקרוב וועט משיח קומען, און ער וועט רופן דעם מנהל ער זאל שיקן די געשיקטע קינדער זאלן אים העלפן בויען דעם בית המקדש, און דער מנהל וועט אים ענטפערן, איך בעט דיר איבער, אבער די קינדער דארפן לערנען תורה, ווייל די הלכה איז אז לערנען תורה איז מער חשוב ווי בויען דעם בית המקדש", דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער די מיאוסקייט פון מחלקות און די גרויסקייט פון שלום. דער ראש ישיבה האט געוויזן אויפן דאך און זיי געזאגט עטס זעטס די לעכער, דאס זענען קעמרעס, ווייל דער אויבערשטער זעט אלעס, אבער נישט נאר פון די לעכער נאר איבעראל אין די גאנצע וועלט זעט דער אויבערשטער.
 
און כיתה ו' האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די גרויסקייט פונעם יום טוב פורים הבעל"ט, ווי דער זוהר שרייבט אז יום כפורים איז נאר אזוי ווי פורים, פארוואס? ווייל פורים איז יעדער פאר זיך, מען דאווענט אין בית המדרש, מען פאסט, אבער פורים פארמערט מען מיט אחדות מען שיקט זיך איינער צום צווייטן משלוח מנות און מתנות לאביונים, מען האט זיך ליב איינער דעם צווייטן, און דאס איז חשובער פון יום כיפור.
 
אין כיתה ז' האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער שפירט זיך דא ממש ווי אין ישיבה, גרויסע בחורים. די קינדער האבן געבעטן אז זיי ווילן שוין קומען אין בית המדרש דאווענען מיט מנין, דער ראש ישיבה האט זיי געזאגט אז ער וועט רעדן דערפון מיטן מנהל, דער ראש ישיבה האט געזען אז פילע קינדער קענען אויסנווייניג די דרייצן אני מאמינ'ס. דער ראש ישיבה האט זיי געגעבן א סימן מען זאל געדענקען וועלכע אני מאמין איז וואס. א' איז "א"מונה, ב' דער "ב"ורא איז מנהיג לכל הבריאים, ג' איז דער אויבעשטער איז נישט קיין "ג"וף, ה' איז "ה"תבודדות, נאר צום אויבערשטן קען מען דאווענען, י' איז "י"ודע, דער אויבערשטער ווייסט אלעס אפילו וואס מיר טראכטן, י"ג די לעצטע איז תחיית המתים, און פארדעם וועט משיח קומען, דערפאר איז י"ב ביאת המשיח.
 
די באזוך האט געמאכט א געוואלדיגע רושם אויף די קינדער, וואס וועט לאנג געדענקט ווערן.