אין די יעצטיגע טעג לייגט מען אריין גרויסע כחות צו ענדיגן דעם בנין על צד היותר טוב. מען איילט זיך זייער צו ענדיגן די צווייטע שטאק פון די שלאף צימערן. מען לייגט ווייטער טיילס, עס ווערט ווייטער געצויגן די עלעקטריק, די פלאמבינג. ארום דעם בנין ווערט יעצט אינסטאלירט הויך קוואליטעט וואסער, און סוער סיסטעם, וואס וועט בעז"ה זיין גענוג פאר הונדערטער באנוצער אויף איינמאל, אויך אין ערב אדער מוצאי יו"ט ווען די שויערס ווערן באנוצט צום מאקסימום, וועלן די וואסער, סוער און הייצונג סיסטעמען קענען בעז"ה דערהייבן דעם גרויסן געברויך.
ווי שוין געמאלדן פריער, זענען שוין אלע בעטן פון איין שטאק שלאף צימערן אינגאנצן אויסגעגאנגען, און מען האט דאן תיכף צוגעטרעטן צו צובויען און פארענדיגן נאך א שטאק נאך אויף היי יאר בעז"ה. און במשך די לעצטע צוויי וואכן זענען שוין אויך די בעטן פונעם צווייטן שטאק, כמעט אנגעפילט געווארן.
דערפאר דער וואס וויל נאך איינשטיין דעם ראש השנה הבעל"ט אינעם נייעם הערליכע בנין אינאיינעם מיטן ראש ישיבה, דארף זיך זייער צואיילן ארויסנעמען א בעט, ווייל ווי געזאגט זענען שוין רוב רובם פון די צימערן אנגעפילט. צו באשטעלן קען מען רופן 347-452-0412 וכל הקודם זכה.
 
אויך האט דער ראש ישיבה געבעטן אז מ'זאל מתפלל זיין ער זאל קענען באצאלן אלע חובות, און וואס ער איר אריין. מיר דארפן געדענקען אז דער בנין האט דער ראש ישיבה נאר גענומען אויף זיך כדי מיר אלע זאלן קענען מקיים וואס דער היילגער רבי האט געהייסן צו קומען אויף ראש השנה צו זיין ציון, און וויילן אויף אן אפגעהיטענעם אופן אין א שטיל ווינקל פון אומאן.