די קול ברסלב טעלעפאן ליין איז שוין ברייט באקאנט ביי אידן איבער די וועלט, צענדליגע טויזנטער אידן רופן אריין טאג טעגליך און זענען זיך מחי' מיט די פילע קורצע און לאנגע שיעורים, מיט די ניגונים פון אמונה, און נאך.עס זענען אריינגעקומען פילע פארלאנגען פון אידן פון אלע עקן וועלט אז מען זאל פון פריש מסדר זיין דעם האטליין אויף א שיינעם מסודר'דיגן אופן אז עס זאל זיין גרינג און געשמאק צו טרעפן אלעס וואס מען וויל הערן אויף א לייכטע וועג.
דעריבער איז גרויס די פרייד אז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האבן מיר דאס באוויזן און מיר האבן אויסגעשטעלט דעם האטליין אויף א הערליכע און געשמאקע פארנעם, צו די צופרידנהייט פון די פילע טויזנטער צוהערער. ווי אויך וועט מיט די צייט ווערן צוגעלייגט נאך פילע אינטערעסאנטע און נוצליכע אפטיילונגען צום טעלעפאן ליין.
דער נומער צו רופן אין אמעריקע איז 212-444-9191, און צו דעם געלעגנהייט האבן מיר אויך צוגעשטעלט א נייע לאקאלער נומער צו קענען רופן דעם טעלעפאן ליין פון לאנדאן ענגלאנד, די לאקאלער נומער איז 03303 50 2361
עס איז צום האפן אז דער עולם וועט הנאה האבן און זיך מחי' זיין מיט'ן נייעם האטליין.
שמעו ותחי נפשכם!