נעכטן איז ב"ה פארגעקומען א פשוטע אבער גאר פרייליכע חתונה, ווען החתן יעקב הילל פארקאש בן הר"ר יואל שליט"א בן הר"ר אברהם חיים שליט"א פון קרית יואל איז געגאנגען אונטער די חופה כדת משה וישראל מיט די טאכטער פון מו"ה מנחם גאלדשטיין הי"ו פון מאנסי.
אום 5:00 נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען אין בית המדרש "היכל הקודש ברסלב" אין ווילימסבורג, ווי דער חתן האט מיט גרויס שמחה געפראוועט זיין סיום ש"ס בשעת זיין קבלת פנים, און אזוי האט ער זוכה געווען נאך פארן גיין אונטער די חופה, צו וואס ווייניג זענען זוכה אין זייער גאנצן לעבן.
דערנאך איז מען געגאנגען צו די געהויבענע חופה, וואס איז פארגעקומען אין חצר פון בית המדרש. דערנאך האט מען זיך צוריק געקערט צום ביהמ"ד ווי אלע נאנטע משפחה פון די חתן כלה זענען געווען געלאדענט צום סעודה.
אום 7:55 איז דער חתן אריינגעקומען אין בית המדרש צום טאנצן. ביי די געהויבענע ריקודין, האבן די פילע געסט וואס זענען געקומען זיך נישט געקענט גענוג אנזעטיגן זייערע אויגן ווי מ'קען פראווען א חתונה נאכט "פשוט און גענצליך אומזיסט", און נישט נאר וואס די שמחה ווערט נישט געמינערט דערפון, נאר די חתונה איז געווען "משונה פרייליך", מ'האט פשוט נישט געקענט שטיין אדער זיצן פאסיוו, נאר די פוס האבן זיך געהויבן ווי פון זיך אליין. אזש די ווענט האבן מיט געטאנצט.
אום 10:00 האט זיך די מוזיק אויסגעלאשן, און די כלה איז אריינגעקומען צו ברכת המזון, דערנאך איז געווען "מצוה טאנץ", וואס איז געפראוועט געווארן אויף א הייליגע געהויבענע פארנעם, אן קיין איבעריגע הספדים צערעמאניעס וואס אין רוח חכמים נוחה הימנה.
דער שמש פון ביהמ"ד האט זיך אויפגעשטעלט און אויסגערופן "יעמוד יעמוד יעמוד, מו"ה ... וועט גיין טאנצן לקראת הכלה. גוט שבת", און דער וועם מען האט אויסגערופן האט זיך געשטעלט טאנצן מצוה טאנץ.
עס האבן געטאנצן די זיידעס, עלטערן, חתן כלה. אויך זענען מכובד געווארן מיט א מצוה טאנץ הגה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א, און הרה"ג דער ראש ישיבה שליט"א. די פעטערס האבן געטאנצן מיטן חתן ווען עס איז געווען די רייע פונעם מחותן פון זייער זייט.
די פרייליכע חתונה - אריינגערעכענט די מצוה טאנץ - איז געווען געענדיגט אום 10:55, און די עסקנים האבן תיכף אויפגערוימט און צוזאם גענומען דעם בית המדרש, די בחורים זאלן קענען זיך זעצן לערנען צומארגענס. ווען איינער וואלט אריינגעקומען אין ביהמ"ד א פערטל נאך עלף, וואלט ער זיך געווינדערט "וואו איז געווען די חתונה היינט?".
מען האט געדאנקט דעם אייבערשטן אז עס זענען דא אידן וואס האבן שכל, און דארפן גארנישט און ווילן גארנישט נאר טון דעם רצון ה' און חתונה מאכן זייערע קינדער וואס פשוטער. און זענען פרייליך מיט דעם אליינס אז זיי זענען זוכה צו חתונה מאכן די קינדער אינגערהייט, און פארשטייען אז וואס מער מ'לייגט נאר צו צו ווערן פרייליך טוט גאר אויף דאס פארקערטע.
זאל דער אייבישטער העלפן אז די חתן כלה זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן לה' ולתורתו, און די עלטערן און מחותנים זאלן אלע זוכה זיין צו זען רב תענוג ונחת פון דעם פאר פאלק און פון זייער גאנצע משפחה. 
כמתום ירבו בישראל.
בילדער