ווי באקאנט פון אלע יארן גייען ארום די בחורים פון ישיבה יעדעס יאר אום פורים צו די חשובע נדיבי עם וואס נוצן אויס דעם גרויסן טאג פורים צו שטיצן און ארויסהעלפן די הייליגע ישיבה וואס האט שוין געהאלפן און העלפט ארויס אזויפיל אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט, א זכות וואס איז אומשאצבאר.
 
אזוי ווי די הייליגע מוסדות שטייען יעצט אין גאר א שווערע פינאנציעלע מצב, וועט מען דאס יאר אויסברייטערן די אקטיוויטעטן אום יום טוב פורים, צו מאכן מערערע גרופעס צו קענען אנגעקומען צו אלע היימישע געגנטער אין ניו יארק און ניו דזשערסי און ארום, ווי די בחורים וועלן ארויפקומען און גאר פרייליך מאכן אין די שטיבער פון די נדיבים וואס
העלפן ארויס די הייליגע ישיבה זיך צו קענען שטעלן אויף די פיס, און אנפילן די טיפע חובות-לעכער וואס צועפענען זיך לעצטנס מער און מער.
 
אויב ווילט איר געבן גרעסערע סכומים פאר די הייליגע ישיבה, אדער ווייסט איר פון א שכן, קרוב, אדער גוטער פריינט וואס וואלט געהאט חשק די בחורים זאלן ארויפקומען צו אים אום יום טוב פורים, זעט צו רופן ווי פריער, ווייל מען וועט נאר קענען אננעמען ביז ווילאנג די ליסטע ווערט פול. פאר ברוקלין רופט מו"ה שמעון פיש הי"ו אויף 917-232-9070, און פאר קרית יואל (נאר די ערשטע נאכט) רופט מו"ה מרדכי לייב טירנויער הי"ו אויף 845-537-7477.
 
די בחורים פון ישיבה זענען איידעלע בחורים וואס דרייען נישט איבער די שטוב, נאר זינגען מיט הארץ און נשמה, מען זינגט הארציגע און פרייליכע ניגונים פון חיזוק אמונה און תשובה, וואס וועט זיין א תעניג רוחני יעדע רגע. 
 
ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר!