צוליב דעם וואס אין היינטיגע קארס און אין נאך פארשידענע מוזיק פלעיערס, איז נישטא קיין מעגליכקייט צו הערן דרשות און ניגונים דורך סידיס, מ'קען עס נאר נוצן דורך "עס די קארדס", האט דער עולם אין די לעצטע שטיק צייט פארלאנגט אז זיי ווילן האבן די דרשות און ניגונים אויך אויף "עס די קארדס".
די עס די קארדס האב נאך א מעלה, אז מ'קען ארויף לייגן דערויף זייער אסאך דרשות און ניגונים, אסאך מער ווי אויף א סידי, און אויך האלט זיך עס אסאך לענגער און צוקראצט זיך נישט.
די עוסקים במלאכת הקודש אינעם קרן הדפסה והפצה האבן געארבעט דערויף פאר די לעצטע שטיק צייט, און זענען יעצט ב"ה פארטיג געווארן מיט א נייע "עס די קארד", וואס אנטהאלט דערויף איבער צוויי הונדערט דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, און הערליכע ניגונים. און מען קען עס שוין באקומען ביי אלע מפיצים.
כאפט ווילאנג עס איז נאך דא!
בילדער