כאטש די אלע בריוו, פראגעס און ענפערס פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס ווערן מיטן אויבערשטנ'ס הילף פארעפענטליכט טעגליך דא אויפן וועבסייט, ערשיינט שוין לעצטענס אויף א פראוועזארישן פארנעם. די קונטרים "עצתו אמונה", זענען ממש צוכאפט געווארן דורכן ציבור, וועלכע האט זיך מחיה געווען דערמיט. דערפאר האבן די מדפיסים יעצט אנגעהויבן צו דרוקן די בריוו אין קונטרסים מיטן נאמען "עצתו אמונה" אויף א הערליכע אויגפארכאפענדען דרוק, און וועט ארויסקומען בעז"ה וועכענטליך מיט די בריוו פון די פארגאנגענעם וואך.
אידן פארציילן אז זיי קענען זיך נישט לייגן שלאפן יעדן טאג, איידער זיי האבן נישט געלערנט כאטש איין בריוו פונעם ספר "עצתו אמונה". דער ספר הייבט זיך אן מיט די טעגליכע בריוו פאר די תלמידים און אנ"ש, און די בריוו געשריבן פאר יחידים, דערנאך קומען די בריוו וואס ווערן געשריבן פאר די שאולים דא אויפן וועבסייט, וואס קודם ווערט אראפ געברענגט די שאלה, און דערנאך די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א ענטפערט דעם דעת תורה הברורה, און קלארט אויס די נושא וואס דער שואל האט געוואלט וויסן, און לערנט אויס דעם ליינער וואס דער אייבישטער וויל פון אים אין זיין יעצטיגער מצב, און אז דער באשפער וויל אז ער זאל גלייבן אין אים, און זיך ווענדן צו אים, און אזוי וועט ער ווערן געהאלפן בעזרת השי"ת.
די שאלות ותשובות האבן געמאכט גאר א גרויסע מהפכה אויף דער וועלט, דער ראש ישיבה שליט"א באקומט טעגליך גאר אסאך ווענדונגען פון איבער דער גארער וועלט צו עטפערן יעדער מיט זיין שאלה און זיין פראבלעם, אידן טרעפן זיך אסאך מאל אין א פלאנטער און א צרה וואס זיי ווייסן נישט וואו אהין זיך צו ווענדן, "וועמען קען מען פרעגן אזא שאלה?" פרעגן זיי זיך, אידן זוכן איינער וואס פון איין זייט וועט זיך קענען אראפלאזן צו פארשטיין וואס דער היינטיגער דור מאכט מיט, און פון די אנדערע זייט זוכט ער אויך נישט צו באקומען פון מיר כבוד, געלט, וכדו'. און דאס איז וואס זיי טרעפן ב"ה דא ביים ראש ישיבה שליט"א, וואס האט מקבל געווען פון מוהרא"ש ז"ל וויאזוי מ'דארף זיך באציען צו יעדן איד, און ארויסהעלפן יענעם, און זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס פראבלעם, און נישט קוקן אויף די אייגענע כבוד, "אזא שאלה פאסט מיר נישט זיך צו באפאסן דערמיט", און נישט זוכן צו מאכן געלט אויף אידישע קינדער'ס צרות.
וועט זיין צו באקומען אין אלע געשעפטן יעדן זונטאג בעז"ה
פאר האלסעיל רופט 347-509-4908