א גרויסע ציבור פון אנ"ש זענען זיך צוזאם געקומען צום סעודת הילולא מיטוואך אווענט אין די גרויסע סוכה פון ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג, מען האט זיך געוואשן צו א שיינע סעודה, די קאפעליע האט מהנה געווען מיט שירה וזמרה.
דערנאך האט דער ראש ישיבה אויפגעטרען מיט טרעפליכע ווערטער. דער ראש ישיבה האט ארום גערעדט וואס דער רבי געט אונז, ער געט אריין א חיות אין אונזער לעבן, און טוישט אונזער לעבן צו פאזיטיוו.
דערנאך איז מען אריין אין היכל הבית המדרש, ווי מען האט זיך משמח געווען לכבוד שמחת בית השואבה.
דערנאך איז אהיים געגאנגען מיט פילע זעק פון אוצרות פונעם רבין.
תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו.