דעם ליל שישי אור ליום עשרה בטבת פאלט אויס די 179'סטע יארצייט פונעם גרויסן צדיק און גאון דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבין דער הייליגער רבי נתן זי"ע, דער גרויסער תלמיד וואס ווען נישט אים "וואלט נישט איבערגעבליבן א בלעטל שמות" פון הייליגן רבין, אזוי האט זיך דער רבי אויסגעדרוקט אויף זיין גרויסן תלמוד.
 
מיר וועלן דא צוברענגען אין קורצן דער סיפור הדברים וויאזוי די פטירה פון הייליגן רבין נתן איז צוגעגאנגען. שבת קודש פרשת מקץ - וואס איז דאן אויסגעפאלן ווי היי יאר א טאג נאך זאת חנוכה, האט רבי נתן נאך געזאגט תורה ביי שלש סעודות, און האט געזאגט בתוך הדבריו מיט א געוואלדיגע פחד "איר זאלט וויסן אז מ'וועט זיין א מת און א גוסס, און מ'וועט מוזן ליגן מיט די פוס צום טיר", רבי נתן האט געזאגט תורה אויף די תורה אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א' ס"א) "חדי רבי שמעון", און גערעדט איבער עצות פון צדיקים, אמונת חכמים, דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים, און איבער דעם אז דער עיקר שלימות איז אז אויך ווען די נשמה גייט ארויף הויך, בלייבט מען אויך אונטן, און דערנאך איז רבי נתן געווארן זייער פרייליך.
 
מוצש"ק אינמיטן די נאכט איז רבי נתן געווארן זייער שוואך, און זיין שוואכקייט איז געווארן שווערער און שטערקער יעדן טאג, מאנטאג ויגש איז רבי זאב ליבארסקע געקומען און מען האט גערעדט איבער דעם ראש השנה פון רבי'ן, און רבי נתן האט זייער שטארק גערעדט איבער די וויכטיגקייט צו קומען צום רבין אויף אומאן אויף ראש השנה, ער האט געזאגט בזה הלשון "מען וועט זיך מוזן צונויף קומען", האט אים רבי זאב געפרעגט, "וואו"?, האט אים רבי נתן געענטפערט "אויף יענער וועלט".
 
דינסטאג נאכט נאך תיקון חצות האט ער געזאגט פאר רבי מאיר יודא בזה הלשון "אפילו מען זאל זיין דער ערגסטער בעל עבירה, אבי מען האלט זיך אין רבן, וועט מען בודאי תשובה טאן און מען וועט האבן א תיקון", מיטוואך זענען עטליכע תלמדים געשטאנען נעבן אים און ער האט גערעדט מיט זיי, און האט זיי געזאגט "אייער עיקר עסק זאל זיין צו דרוקן די ספרים, יפוצו מעינותיך חוצה".
 
ערב שבת קודש עשרה בטבת האט ער געשמועסט מיט די תלמידים אזוי ווי א צוואה, "מען דארף זיך האלטן צוזאמען מיט א געוואלדיגע ליבשאפט, ענק זענען ערליכע אידן, נאר ענק זענען שלימזלניקעס", דערנאך האט ער זיך אנגערופן "דריי צרות האבן פאסירט עשרה בטבת, עזרא הסופר איז נסתלק געווארן, מען האט געשריבן די תורה אויף גריכיש, און דער שטאט איז צושפאלטן געווארן", דערנאך האט ער געזאגט בזה הלשון "נו, אז עזרא הסופר גייט אוועק, און טרייף פסול איז זיך מתגבר אזויפיל ווי ס'היינט דא אלפים ורבבות טרייף פסול. נאר איך האף, אז איין בלעטל פון ספרי רבנו וועט זיין א תיקון אויף אלצדינג. נו, זאג איך אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, ס'זאל זיין יפוצו מעינותיך חוצה. איר זאלט זיין שטארק מיט געלט און מיט רצון און מיט טרחא".
 
דער הייליגער רבי נתן איז נסתלק געווארן ערב שבת קודש תיכף נאכן ליכט צינדן מיט א מיתת נשיקה, און איז געקומען לקבורה מוצאי שבת קודש אינעם בית החיים אין שטעטל ברסלב אויבן אויפן בארג.
 
דאס יאר וועט דער ראש ישיבה פירן די יארצייט אין ביהמ"ד היכל הקודש אין מאנסי אויף 34 יוניאן רד. ווי מען וועט זיך וואשן צו א סעודה און דער ראש ישיבה שליט"א וועט אויפטרעטן און זיך איבערפרישן מיט די הייליגע ירושה וואס מיר האבן באקומען פון דעם גרויסן בעל הילולא זי"ע.
 
די סעודה ווערט צוגעשטעלט דורך אנשי שלומינו אין מאנסי, ווער עס וויל קען זיך נאך משתתף זיין. ביטע רופן מרת פריעדמאן אויף 845-425-0969.
 
📜 ווער איז געווען דער הייליגער רבי נתן?