אין ישיבה תפארת התורה ברסלב אין וויליאמסבורג הערשט א גרויס שמחה. איינע פון די חשובע תלמידים הבחור החשוב דוד אסקאל הי"ו וואס איז אריינגעקומען אין ישיבה מיט ווייניגער פון א יאר, און נאכן הערן פונעם ראש ישיבה די גרויסקייט פון זאגן און ענדיגן ש"ס, האט ער עס גענומען און געפאלגט מיט תמימות ופשיטות, און אויסערדעם וואס ער איז א געשמאקע בחור מיט מידות טובות, און חוץ זיינע פילע שיעורים און חומש, משניות, הלכה, מדרשים און אזוי ווייטער האט ער געלערנט יעדן טאג עטליכע שעה ש"ס כסדרן, ביז דער אויבערשטער האט געהאלפן אז אין די טעג איז ער אנגעקומען און האט זוכה געווען צו מסיים זיין גאנץ ש"ס.
 
צום גרויסן טאג זענען זיינע עלטערן און משפחה געקומען צו פארן פון ארץ ישראל, און דער סיום איז אפגעראכטן געווארן אויף א הערליכן פארנעם אין שטוב פון זיינע חשובע קרובים וואס וואוינען דא אין וויליאמסבורג.
 
דער ראש ישיבה שליט"א איז זיך ספעציעל געקומען באטייליגן ביים סיום, מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, מען האט געזונגען שיינע ניגונים, און מען האט געהערט עטליכע שיינע דרשות. א טייל פון די סיום קען מען זען דא אויף ברסלב סענטער וועבסייט.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגעטרעטן און האט ארויסגעברענגט ביי זיין דרשה ווי איבערגענומען ער איז אז די משפחה מאכט אזא שיינע סיום, בשעת אין ישיבה זענען שוין געווען צענדליגע סיום הש"ס, אבער רוב מאל קומט עס פאר אין ישיבה, ווי אסאך מאל "טוט דער טאטע א טובה" און קומט. אבער דא, האט דער ראש ישיבה געזאגט - זעט מען א ווארימע משפחה וואס פריידט זיך מיט און העלפט און שטיצט, און מען ווייזט ארויס כבוד פאר די תורה, און מען פראוועט א שיינע סיום, ווי עס שטייט אין חז"ל אז ווען מען עדיגט א מסכת, איז א "יומא טבא לרבנן". דער ראש ישיבה האט געזאגט אז כאטש היינט האט מען געענדיגט מסכת נדרים אין די קהילה, און מ'האט אים גערופן צי ער קען קומען מחזק זיין די אינגעלייט אין שטעטל ביים סיום, אבער האט אלעס געלייגט אין די זייט. ביי אים האט א גאר שטארקע חשיבות ווען א בחור ענדיגט ש"ס.
 
דער ראש ישיבה האט פארציילט אז אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייניגער פון א יאר צוריק, ווען דער בחור איז ארויפגעקומען צו א שיעור, און אויף די פראגע פון ראש ישיבה וויאזוי ער הייסט זאגט ער "דוד אסקאל", דער ראש ישיבה האט אים געפרעגט וואס איז די מעשה? ווילסט לערנען דא? האט ער געזאגט, ער איז דא צוגאסט פון ארץ ישראל ווי ער האט געהערט פון די ישיבה, ער וויל עס פשוט קומען זען, אבער דוד איז צוריק געקומען יעדן טאג צום שיעור, און נאך אפאר טעג, האט ער באשלאסן ער בלייבט דא. 
 
דער ראש ישיבה האט פארציילט אז איינער האט אמאל געזאגט פארן צאנזער רב, אז ער האט געלערנט ש"ס, האט אים צאנזער רב צוריק געפרעגט "וואס האט ש"ס דיר געלערענט?" דא  - האט דער ראש ישיבה געזאגט - דוד האט ש"ס געלערענט, און ש"ס האט אים געלערענט, אויסער וואס דוד לערנט פלייסיג איז ער א בעל מידות טובות.
 
דער ראש ישיבה האט פארציילט אז ער האט אמאל געהערט א טעיפ ווי קלויזענבורגער רב זאגט נאך פון ספר רחמי האב וואס שרייבט אז ער האט געקענט א פשוטע שוסטער וואס האט געהאט א צלם אלוקים, די פנים האט אים געלאכטן, ווען מען האט אים געפרעגט וויאזוי איז ער זוכה דערצו? האט ער געזאגט אז ער קען נישט לערנען, אבער ער זאגט ש"ס בגירסה, און ווען מען זאגט די ווערטער פון די הייליגע תורה, ווערט די נשמה לויטער און ריין.
 
דער חתן-תורה הבחור דוד ני"ו האט אויפגעטרען און געזאגט אפאר ווערטער, ווי ער האט געדאנקט דעם אייבערשטן, און זיינע חשבוע עלטערן וואס האבן אים מחזק געווען, אזוי אויך זיינע חשובע קרובים פון וויליאמסבורג, וואס האבן אים אריינגענומען אין שטוב, אין די צייט וואס ער לערנט דא.
 
דערנאך האט מען געהערט אפאר ווערטער פונעם חשובן פאטער שליט"א וואס האט געדאנקט דעם אייבערשטן שהחיינו וקיימנו והגענו, ער האט זיך קיינמאל נישט געגלייבט אז ער וועט זוכה זיין א זון זאל ענדיגן ש"ס, און האט געזאגט אז עס איז בבחינת "ברא מזכה אבא", אויך האט ער זיך באדאנקט פארן ראש ישיבה, וואס האט מחזק געווען זיין זון, זאל האבן די כחות דורכצופירן אזא שווערע זאך ווי ענדיגן ש"ס וואס נעמט שעות טאג טעגליך.
 
דער עולם איז ארויס מיט שטארקע חיזוק, זיך צו נעמען אין די הענט אריין, און אננעמען די שיינע זיסע עצות פון הייליגן רבין, וואס מיט דעם קען מען האבן א זיסע און געשמאקע לעבן.