די הייליגע פורים טעג ווערט געפראוועט ביי אנשי שלומינו מיט גרויס געהויבנקייט, עס איז גאר אנדערש א פורים ווען מען לעבט מיטן אייבערשטן, און מען נוצט אויס דעם גרויסן טאג מיט אן אמת'ע שמחה.
 
דא וועלן מיר איבערגעבן די זמנים פון יום טוב פורים אין היכל הקודש:
וויליאמסבורג - ביהמ"ד היכל הקודש, 27 סקילמאן סטריט:
ביים ראש ישיבה שליט"א וועט מען דאווענען מנחה תענית אסתר היינט דאנערשטאג 
אום 7:15, און 9:30 וועט זיין דער שיעור ליל שישי.
 
מוצש"ק וועט מען ליינען די מגילה אום 8:45, זונטאג אינדערפרי פורים וועט מען דאווענען שחרית אום 9:00, קריאת המגילה וועט זיין בעז"ה 10:00.
 
מען וועט קענען ברענגען משלוח מנות פאר'ן ראש ישיבה "נאר אין ישיבה", אנגעהויבן פון 3:00 נאכמיטאג.
 
נאכמיטאג אום 6:00 וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף 27 סקילמאן סט. צון סעודת פורים און משתה היין, און דערנאך וועט מען טאנצן און זיך פרייען פרייען אינאיינעם אשר בנחל שם גורלינו, והבדלינו מן הטועים ונתן לנו תורת אמת.
 
מאנטאג שושן פורים אום 6:00 וועט מען זיך וואשן צו א סעודת שושן פורים, ווי דער ראש ישיבה וועט געבן בעזר השם א שיינע שמועס, און אויך וועט ווערן אויפגעשפילט א שיינע פורים שפיל דורך די אינגעלייט מיט לצנותא דעבודה זרה. דער ווייבער שול וועט אי"ה זיין אפן פאר די נשים צדקניות.
 
קרית יואל - 8 העיס קט. און 8 פרעמישלאן וועי:
מנחה היינט תענית אסתר 7:25, נאכן שיעור וועלן אנשי שלומינו גיין צום וואך נאכט בבית הגבאי הר"ר יואל פארקאש שליט"א אויף 17 חברון רד. #101, און ערב שבת קודש וועט מען דאווענען שחרית ביי אים אין שטוב אום 9:45.
 
שבת קודש וועט מען ליינען זכור 11:20, מנחה ושלש סעודות אום 7:10, מגילה ליינען מוצש"ק 9:00, שחרית 9:30, מגילה אינדערפרי 10:30. סעדות פורים אום 7:15 אין שטוב פון הר"ר יואל פארקאש שליט"א, מעריב מוצאי פורים 10:30.
 
אין א בריוו פון ראש ישיבה שרייבט דער ראש ישיבה וויכטיגע נקודות וויאזוי אויסצונצן דעם הייליגן יום טוב אויף די ריכטיגע וועג:
 
"איך וויל ענק שרייבן אביסל פון פורים, אז איר וועט זיך צאמקומען פורים אנשי שלומינו אין יעדע פלאץ – איז דאס זייער א גרויסע זאך; פארשטייט זיך נאכן גיין צו די עלטערן. עס איז אזוי פרייליך ווען אנשי שלומינו נעמען זיך צאם, מען טאנצט אינאיינעם אויף די גרויסע נס אז מיר זענען ביי מרדכי הצדיק, מיר זענען נישט ביי המן און עמלק."
 
"מען דארף נישט טרינקען צו ווערן שיכור ווי לוט, פארפאסן מנחה, מעריב, ברכת המזון, קריאת שמע, ליגן אין ברעכאכץ; טרינקט פון די אונגארישע וויין, פון רבינ'ס יין המשומר. זייט אייך מקבל אריינצוברענגען אין די גאנצע וועלט די זיסע שכל פון רבי'ן, די פשוט'ע ריינע זיסע אמונה. ווען מען האט א קלארע אמונה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט – דארף מען שוין גארנישט, מען לעבן שוין דא אויף די וועלט אין גן עדן."
 
"פורים אינדערפרי זאלט איר קומען אין שול לערנען די שיעורים כסדרן, חומש רש"י, ח"י פרקים משניות, גמרא, בי"ת נצחי וכו'."
 
"פורים איז א צייט פון (ירושלמי מגילה פרק א, הלכה ד): "כָּל הַפּוֹשֵׁט יָד נוֹתְנִים לוֹ", ווער עס שטרעקט אויס זיינע הענט, ער בעט הילף צו קענען אויפשטיין, נישט בלייבן ליגן געפאלן – העלפט מען אים."
 
"פורים איז א צייט וואס מען קען זוכה זיין צו ווערן נאנט צום אייבערשטן; מען קען הערן פון מענטשן, פון אלע סארט קרייזן, אלע שרייען אייבערשטער, אלע רעדן אמונה, אלע ווילן זיין גוט. בפרט אנשי שלומינו ווען זיי טרינקען איז עס גאר אנדערש, מען וויינט צום אייבערשטן, מען וויל זיין גוט, עס קומט ארויס דער אמת'ער סוד, אז איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין א צדיק."
 
"פורים איז א צייט וואס מען קען זיך איבערבעטן; אפילו מיט מענטשן מיט וועם מען איז צעקריגט – קען מען זיך איבערבעטן מיט א משלוח מנות, מתנות לאביונים; דאס איז די גרויסקייט פון פורים, נאך גרעסער פון יום כיפורים. מוהרא"ש האט אזוי שטארק געווארט צו זען ביי אנשי שלומינו די ליבשאפט וואס דער רבי האט געזאגט עס וועט זיין צווישן אונז (חיי מוהר"ן, סימן רצב)."
 
 
והימים האלו נזכרים ונעשים בכל דור ודור