גרויס פרייד הערשט ביי אנשי שלומינו צו די עפענונג פונעם נייעם בית המדרש "היכל הקודש" אין מאנסי.
אנשי שלומינו אין מאנסי האבן זיך צוזאמגענומען און באשטימט א נייעם שטיבל וואו מען וועט זיך צוזאמקומען אינאיינעם זיך צו שטארקן איינער דעם צווייטן, און לערנען אינאיינעם די תורות און עצות פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.
דעם ליל שישי זענען זיך די אינגעלייט צוזאמגעקומען צום ערשטן מאל אינעם נייעם בית המדרש, מען האט געלערנט אינאיינעם דעם ספר הקדוש "שיחות הר"ן" און נאכאמאל איבערגעשמועסט די עצות און לימודים פון רבי'ן, זיך צו שטארקן אנצוגיין ווייטער אין עבודת ה'.
אז נדברו יראי ה' איש את רעהו!