דער נייער הערליכער בית המדרש "היכל הקודש" אין בארא פארק, האט געברענגט גרויס צופרידנהייט און פרייד ביי אנשי שלומינו. זינט די הסתלקות פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע, איז דער בארא פארקער בית המדרש געגאנגען אין גלות, יעדע פאר וואכן האט מען געמוזט זוכן א פרישער פלאץ פאר די שול, וואס דאס האט געמאכט אסאך עגמת נפש פאר אנשי שלומינו תושבי בארא פארק.
יעצט האט מען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף געעפנט דעם נייעם פערמענאנטן בית המדרש "היכל הקודש" אין בארא פארק, אויף 1011 41סטע סט. צו די צופרידנהייט פון יעדן איינעם.
שבת קודש קומען אלע אנשי שלומינו דאווענען אינעם נייעם שול, אינדערפרי נאכ'ן דאווענען איז דא א שיעור אינעם הייליגן ספר "ספורי מעשיות", געפלאכטן מיט די געוואלדיגע עצות פון הייליגן רבי'ן, ווי אויך ביי שלש סעודות לערנען מען פאר דעם הייליגן רבי'ן ספרים, מען חזר'ט איבער זיינע לימודים און חיזוק.
יעדע וואך מוצאי שבת איז דא אין שול "אבות ובנים", וואו די טאטעס לערנען איבער מיט די קינדער וואס זיי האבן געלערנט די גאנצע וואך אין חדר, פון גלייך נאך מעריב לערנט מען א דריי-פערטל שעה. באגלייט מיט מתנות און גורלות פאר די קינדער וואס לערנען פלייסיג.
אויך קומט פאר יעדע וואך דאנערשטאג, אום 9:00 ביינאכט, דער ליל שישי שיעור פון הרה"ג מוה"ר יצחק לעזער שליט"א. א הערליכער שיעור פול מיט חיזוק און התעוררות מיט די לימודים פון הייליגן רבי'ן, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. פילע אנשי שלומינו קומען צו פארן פון איבעראל מיטצוהאלטן דעם שיעור יעדע וואך, ווי אויך קען מען מיטהאלטן דעם שיעור אויף א לייוו הוק אויפ'ן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין (זע די נומערן אין א באזונדערע נייעס).
אויך במשך די וואך קומען פאר שיעורי תורה טעגליך אינעם נייעם בית המדרש.
דער נייער בית המדרש וועט זיין א מגדול אור פאר אלע אנשי שלומינו בפרט, און פאר אלע תושבי בארא פארק בכלל, א הערליכע ווינקל זיך צו ווארעמען מיט די לימודים און עצות פון הייליגן רבי'ן.
 בבית אלקים נהלך ברגש!
בילדער פונעם בארא פארקער נייער בית המדרש