אומצאליגע אידן זענען זיך מחיה טאג טעגליך מיט אונזער וועבסייט ברסלב סענטער דאט קאם ווען מען קומט אריין לערנען א בריוו פון ראש ישיבה שליט"א, מיטהאלטן א לעציגע שיעור, באקומען אביסל חיזוק אין א שווערע זמן, אדער פשוט צו זען וואס איז נייעס אין די קהילה. ווי שוין באריכטעט וועט ברסלב סענטער מיטן אויבערשטנ'ס הילף אריבערגיין א גענצליכע איבערפרישונג, וואס וועט אריבערפירן די וועבסייט עקספיריענס אויף א נייע שטאפל.
 
אין אן ערשטע טריט אין דעם ריכטונג איז יעצט אריינגעלייגט דער לאנג ערווארטעטער זוך פיטשור, וואס וועט ערמעגליכן באנוצער צו טרעפן מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וואס מען וויל, צי זאל עס זיין א שיעור פון עטליכע יאר צוריק וואס מען געדענקט עפעס דערוועגן אבער מען ווייסט נישט וואו עס צו זוכן, אדער מען זוכט אינפארמאציע אדער הדרכה פונעם ראש ישיבה איבער א געוויסע נושא, וועט מען יעצט בעז"ה קענען טרעפן דאס געזוכטע דורך בלויז אריינשרייבן דעם פארלאנג אינעם "זוך" קעסטל וואס געפינט זיך צו לינקס פון אלע טעבס אויבן פונעם וועבסייט.
 
אז איר וועט עס אויספרובירן וועט איר זען ווי די רעזולטאטן קומען ארויס הערליך מסודר, מען טרעפט דעם מבוקש איינגעטיילט לויט די פילע אפטיילונגען פונעם וועבסייט, ווי פראגעס, בריוון, מכתב יומי, נייעס, בילדער, קליפס, ארטיקלען, ווידיא שיעורים, אוידיא שיעורים, ספרים גליונות, און מוזיק אלבום, אדער אז מען וויל קען מען עס לאזן ביים אויבערשטן אפציע פון "אלע רעזולטאטן".
 
גלייכצייטיג איז אינטערסאנט צו וויסן אז דער זוך אפציע איז נישט קיין טרוקענע זוך, ווי ער געט ארויס ווי א גולם בלויז די פונקטליכע אותיות וואס מען האט אריינגעלייגט, נאר עס איז אויסגעארבעט געווארן אז עס זאל ארויסגעבן אויך ענליכע - אויב עס פארהאן אינעם וועבסייט - צו דאס וואס מען זוכט, און דערמיט פארמערענדיגט די שאנסן אז מען וועט טרעפן דאס געזוכטע.
 
אין די קומענדיגע צייט וועלן די באנוצער מיטן אויבערשטנ'ס זען צוביסלעך קליינע שינוים כסדר דא און דארט, וואס דאס אלעס וועט בעז"ה צוהעלפן אז דער וועבסטייט מיט איר רייכע תוכן זאל ווערן מער "באנוצער פריינטליך" און עס זאל זיין א געשמאקע ערפארונג אריינצוקומען צו ברסלב סענטער.