אין די יעצטיגע טעג איז מיטן אייבערשטנ'ס הילף געעפענט געווארן די ספרים אפטיילונג פונעם וועבסייט, ווי איז דא די מעגליכקייט צו זען און דאונלאונדען הונדערטע ספרי ברסלב.
עס איז אריינגעלייגט געווארן גאר אסאך כחות אינעם ספרים אפטיילונג. יעצט האט מען שוין די אויסוואל צו זען דעם ספר אָנליין, אדער קען מען עס דאונלאודן. בקרוב וועט אויך צוגעלייגט ווערן די מעגליכקייט צו באשטעלן די ספרים און עס באקומען דעליווערט אהיים.
עס ווערט יעצט אריינגעלייגט כוחות צו צולייגן א "סוירטש" אפשען; דאס הייסט, מ'זאל קענען זוכן אין די טעקסט פון די ספרים.
אויך וועט מען בקרוב בעזהשי"ת צולייגן די מעגליכקייט צו זען א פי-די-עף פייל פון אלע שיעורים פון יענע טאג ביי די לוח השיעורים פעידזש. אזוי אויך וועט בעזהשי"ת דארט זיין א לינק צום שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א פונעם דף פון יענע טאג.
דער פעידזש איז איינגעטיילט אין עטליכע הויפט קאטאגרעיס: ספרי רבינו, ספרי רבי נתן, ספרי מוהרא"ש, ספרי הראש ישיבה, שיעורים כסדרן, און גליונות. אונטער דעם זענען דא סוב-קאטאגאריעס ווי איר וועט קענען זען. די ספרים שאנק ווערט יעצט מער און מער אנגעפילט.
ספרים שאנק