די וואך איז פארגעקומען צוויי חתונות אין בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג, הערליכע שיינע און פרייליכע חתונות, וואס האט נישט געקאסט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים.
זונטאג נאכט איז געגאנגען אונטער די חופה החתן שלמה שטראה הי"ו, בן מו"ה שרגא הי"ו פון קרית יואל, עב"ג בת מו"ה ראובן קאליש הי"ו פון וויליאמסבורג. די חתונה איז געווען גאר געשמאק און פרייליך, מ'האט משמח געווען אויף גאר א שיינעם פארנעם.
אום דינסטאג איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אברהם פיש הי"ו, בן מו"ה זעליג פיש הי"ו פון בארא פארק, עב"ג בת מו"ה צבי אהרן ניימאן הי"ו פון ירושלים עיה"ק, אויך ביי די חתונה איז די שמחה געווען גאר גרויס, מ'האט געטאנצן און משמח געווען גאר שיין.
צום אכצנטן און צום ניינצטן מאל איז נאכאמאל שווער געווארן די קשיא פארוואס מ'דארף אויסגעבן אזויפיל געלט פאר א חתונה, אזויפיל מחותנים ברעכן אונטער יעדן טאג פון דעם שווערן עול פון חתונה מאכן די קינדער, אזויפיל אידישע קינדער מוטשען זיך צו צאלן יעדן חודש שווערע געלטער וואס זענען נאך שולדיג פון עטליכע קינדער'ס חתונות פון די פארגאנגענע יארן, זיי קענען מער נישט אויסהאלטן דעם שווערן לאסט. און ברוך ה' אז דא אין ישיבה שטעלט די קהלה צו די חתונות בחנם ממש, די חתונה נאכט קאסט נישט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים, און זיי קענען צוגיין צו די שמחה מיט א רואיגע און פרייליכע געמיט.
מענטשן וואונדערן זיך ווי אזוי די חתן כלה זענען מסכים צו אזא פשוטע חתונה, דער תירוץ איז אז דאס אלעס איז צו פארדאנקען די גוטע חינוך וואס זיי באקומען. אויסער די פילע וויכטיגע זאכן וואס מ'לערנט אין שולע מיט די מיידלעך, זיי זאלן גוט וויסן פונקטליך אלע פרעזידענטן וואס האבן רעגירט אין אמעריקע אין לויף פון איר היסטאריע, וועלכע סארט עסנווארג די ווייסע בערן עסן נאכ'ן אויפשטיין פון זייער ווינטער שלאף, און ווי אזוי צו רעכענען טיפע אלזשעברא חשבונות, און אזוי ווייטער, וואס די אלע זאכן קענען די מיידלעך גארנישט טון דערמיט איין טאג נאך די חתונה, לערנט מען אויך מיט די מיידלעך וואס די לעבן מיינט, ווי אזוי אויפצושטעלן אן ערליכע און געשמאקע אידישע שטוב, מ'לערנט מיט זיי אז געלט וואקסט נישט אויפ'ן בוים, די עלטערן ארבעטן שווער צו שאפן א דאלער צו קענען אנגיין אין לעבן, מ'לערנט מיט זיי אז מ'דארף נישט געפעלן פאר חבר'טעס, ווייל די חבר'טעס וועלן דיר נישט קומען צו הילף אין לעבן בכלל, אז מ'האט חתונה ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן און אזוי קען מען האבן א גוט לעבן, און נישט ווייל יעדער זאל שמועסן און זען די בלומען ביי די חתונה, די מעכטיגע כלי זמר ביי די חתונה און די איבריגע נארישקייטן, און אזוי ווייטער שטעלט מען זיי אוועק זיי זאלן וויסן וואס דאס לעבן איז און ווי אזוי זיך אומצוגיין אין לעבן אין יעדן מצב ברוחניות ובגשמיות. און אז מ'באקומט א גוטן חינוך, ווארצלט זיך עס איין ביי זיי, און זיי דארפן בכלל נישט די אלע שטותים, וואס ברענגען נישט קיין שום נוצן, נאר אפשר אביסל איינגערעדטע כבוד, וואס מ'מיינט אז מ'ווערט ארויפגעקוקט פאר עטליכע שעה. און דאס בלייבט נישט בלויז ביי די חתונה נאכט, דאס נעמען זיי ווייטער מיט אין לעבן נישט אויסצוברענגען געלט פאר אומזיסט, מ'דארף נישט קויפן יעדע זאך וואס שטייט יעצט צום פארקויפן, יעדע טייערע זאך וואס א חבר'טע האט זיך געשאפט, און יעדע נייע סטייל וואס איז נארוואס ארויסגעקומען, און דאס העלפט זיי אזויפיל ארויס אין לעבן.
און די זעלבע איז ביי די אנדערע זייט מחיצה, א חתן וואס האט געלערנט אין ישיבה, ער האט געהערט די שיעורים און דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, ער איז גוט אנגעגרייט אין לעבן, ער ווייסט גוט דעם אינטערשייד פון וואס דער אמת'ער לעבן איז, און וואס די זייטיגע נארישקייטן זענען, ער קען זיך באמת פרייען ביי די חתונה אז ער האט זוכה געווען צו טרעפן זיין באשערטע, און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, און ער איז בכלל נישט אינטערעסירט צו געפעלן פאר קיינעם. די אלע זאכן וואס ער האט געלערנט אין ישיבה, נעמט ער מיט אויפ'ן גאנצן לעבן, ער קען דאס נוצן יעדן טאג אין לעבן, נישט נאר אלס בחור אין ישיבה צו געפעלן פאר'ן משגיח.
אז מ'האלט מיט א חתונה אין ישיבה, קען מען זיך נישט גענוג אפוואונדערן ווי נאריש מענטשן זענען אז מ'מאכט נאכאלץ די אזויגערופענע "נארמאלע" חתונות. עס כאפט אן עקל ווען מ'זעט נאכדעם אן אויפרייסערישע חתונה פון א כבוד שמעקער וואס מיינט מ'וועט אים ארויפקוקן ווען ער וועט זיך אויפרייסן מיט עפעס א מעכטיגע פרישע איידיע פאר זיין אפגעריסענע/אויפגעריסענע חתונה. אפגערעדט איינער וואס קען זיך עס נישט ערלויבן, ער דארף בארגן/גנב'ען געלט פאר דעם, איז דאך נישטא וואס צו רעדן, אבער אפילו די געציילטע וואס האט יא דאס געלט פאר פארשווענדערישע שמחות, זיי דארפן ברוך ה' נישט צוקומען צו אנדערע, שפירט זיך אויך אן אפשיי זעענדיג ווי מ'ווארפט אויס אידיש געלט פאר אזעלכע קינדערישקייטן.
די חתונות אין ישיבה זענען טאקע פון איין זייט אזוי פשוט און איינפאך צוגעשטעלט, אבער פון די אנדערע זייט זענען זיי אזוי פרייליך, געשמאק, און בא'טעמ'ט, וואס דאס קען מען נישט פארשטיין ביז ווי לאנג מ'האלט עס מיט כאטש איינמאל מיט די אייגענע אויגן.
די מחותנים, וואס האבן די וואך חתונה געמאכט אין ישיבה, האבן נישט געקענט גענוג זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר'ן צושטעלן אזעלכע הערליכע חתונות פאר אומזיסט. נישט מיט געצווינגענע תקנות וואס מ'דארף זוכן וועגן ווי אזוי זיי אויסצושפילן, נאר מיט'ן אריינברענגען א טראפעלע שכל, צו טראכטן מיט א ניכטערן בליק וואס א אידישע חתונה איז, און אז דאס לעבן הויבט זיך אן א טאג נאך די שבע ברכות, און נישט ווערן פארבלענדעט פון די ארומיגע קאפ פארדרייענישן.
דער ראש ישיבה שרייבט די וואך אין א בריוו: "ווער האט עס געגלייבט אז מיר האלטן שוין דא; דער חלום פון מוהרא"ש הייבט אן מקוים ווערן, מארגן וועט זיין די ניינצנסטע חתונה.
"אלע האבן גוטע פלענער ווי אזוי מען קען העלפן מחותנים זאלן קענען חתונה מאכן די קינדער און זיך פרייען ביי די שמחה, אבער תלמידי היכל הקודש טוען למעשה; מוהרא"ש'ס זאך איז געווען לעובדא ולמעשה - געטון צו דער זאך, אמור מעט ועשה הרבה.
"ביידע חתנים האבן זיך אוועק געגעבן אלע זייערע יארן אין ישיבה פאר די מוסד; החתן ... נרו יאיר האט געברענגט די קינדער און אהיים געטראגן די קינדער פון חדר און סקול מיט א שטארקע געטריישאפט, און דער חתן ... וואס גייט מארגן חתונה האבן האט יארן געפירט די סקול; לאנגע יארן האט ער געמענידזשט די סקול בית פיגא מיט א געטריישאפט, און יעצט העלפט ער ווייטער מיט אזויפיל זאכן, מען זעט ווי דער רבי באצאלט פאר'ן העלפן, מען איז זוכה צו טרעפן א שידוך, מען האט חתונה און מען שטעלט אויף ליכטיגע שטובער."
דער אייבערשטער זאל העלפן אז די פרישע פאר פעלקער זאלן זוכה זיין אויפשטעלן ערליכע אידישע שטיבער, בתים נאמנים לה' ולתורתו, מיט דורות ישרים ומבורכים.
שמח תשמח רעים האהובים!
בילדער פון חתונה פון שלומי שטראה
בילדער פון סיום הש"ס פון שלומי שטראה
קליפס פון די חתונה פון שלומי שטראה
בילדער פון חתונה פון אברמי פיש
קליפס פון די חתונה פון אברמי פיש