א גאר פרייליכע חתונה איז פארגעקומען נעכטן אווענט, ווען החתן בנציון ב"ר שמחה יאקאבאוויטש איז געגאנגען אונטער די חופה מיט די כלה די טאכטער פון ר' משה ארי' שניטצלער הי"ו.
די חתונה איז געווען צוגעשטעלט גענצליך בחינם פאר ביידע מחותנים אינעם בית המדרש היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג, אינעם זעלבן בית המדרש ווי דער חתן האט פארברענגט זיינע בחורישע יארן מיט תורה, תפלה ומעשים טובים.
פינעף אזייגער נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען צום קבלת פנים, וואס איז געווען שיין צוגעגרייט אין ביהמ"ד. דער חתן האט אויפגענומען אלע געסט בספר פנים יפות, און יעדעם צוריק געווינטשן בצהלות פנים, בשעת דער עולם האט געזונגען שיינע ניגונים.
זעקס א זייגער איז מען ארויס אין גאס פארענט פונעם בית המדרש, ווי עס איז יעצט צום ערשטן מאל גענוצט געווארן די נייע חופה וואס איז געווארן אויפגעשטעלט ספעציעל צו נוצן פאר די חתונות אין בית המדרש. אויף די פיר זייטן פון די חופה איז געווארן אויפגענייט שיינע מאמרים פונעם רבין.
הרה"ג ר' יצחק שטיין שליט"א פאלטישאנער דיין, איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין, מיט כתובה ליינען איז מכובד געווארן דער זיידע פון די כלה הרב ברוך יודא שניצלער, טשאבע רב. די איבעריגע ברכות איז מכובד געווארן דער זיידע הרה"ח ר' ישי וועבער.
נאך די חופה איז מען אריין אין בית המדרש צו די סעודה. דאס עסן איז געווארן צוגעשטעלט געווארן דורך די פרויען פון אנשי שלומינו. איינער האט געמאכט די פיש, א צווייטער די קוגלען, א דריטער די דיפס, א.א.וו.. פלייש האט מען גענומען פונעם 'בית התבשיל' וואס נעמט צוזאמען די איבעריגע מאכלים וואס בלייבט איבער פון שמחה זאלן.
ביים סעודה האט מען נישט סערווירט דאס עסן, נאר די פלייש און צושפייז איז אלעס געווען אויסגעלייגט אין בעקעלעך, אזוי ווי ביי די וואכט נאכטס, און יעדער האט זיך אליינס גענומען וואס ער דארף, כרצון איש ואיש. מען האט געגעסן אין פּעיפּער גודס וואס די ישיבה האט צוגעשטעלט, און עס האט געהאט אלע טעמים...
אום אכט אזייגער האט מען אנגעהויבן צו טאנצן. בשעת'ן טאנצן איז געווען שמחות ובכיות (לשון סיפורי מעשיות, מעשה פון די זיבן בעטלערס) מענטשן האבן געוויינט פארוואס זיי קענען דאס נישט באווייזן, זיי האבן געטראכט "וואס פעלט דען פון אזא חתונה? פארוואס דארפן מיר אויס געבן שווערע געלטער ווען מען קען דאס מאכן אומזינסט אן קיין חובות!". אנדערע האבן געלאכט, מען האט געלאכט פון פרייד אז מיר האבן א רבי וואס מאכט אונז קלאר וואס צו טון מיר זאלן זיך נישט פארלירן פאר נישטיגע כבוד המדמה און ווערן א בעל חוב אויפן גאנצן לעבן.
פאר די מוזיק איז נישט געווען קיין בענד, און נישט קיין זינגער, עס האט געשפילט א פשוט'ע טעיפ אפגעכאפט פון אן אנדערע חתנה, מענטשן האבן געפרעגט "וואו איז דער שפילער? ווער זינגט דא? ווען מען האט זיי געענטפערט אז "דא שפילט א פשוטע טעיפּ", זענען זיי געבליבן אן לשון.
פיקטשערס - ביי די מענער האט א בחור געכאפט, און ביי די פרויען - א פרוי מאנשי שלומינו.
אום צען אזייגער האט מען זיך געשטעלט צום מצוה טאנץ. אנשטאט א "גראמער" וואס זאל גראמען ("גראגערן" אין קאפ) און אויפהאלטן דעם עולם ביז אין די פריע פארטאגס שעה'ן - האט זיך דער שמש פון בית המדרש ר' העניך אינדיג אויסגערופן "יעמוד יעמוד". אויף אלע פענימער האט זיך אנגעזען א שמייכל פון אויער צו אויער בשעת דער שמש האט געשריגן "יעמוד יעמוד", אלע האבן געזאגט פה אחד "וואס פעלט אויס צו זיצן דא און משוגע ווערן פון ליידיגיין ביז אינמיטן דער נאכט"...
אום 11 אזייגער איז מען שוין געווען אינגאצן פערטיג מיט די חתונה, דער עולם איז שוין יעדער אהיים זיך אויסצורוען פארן קומענדיגן טאג, וואס יעדער האט זיך זיינע געשעפטן, דער ביי די ארבעט, און דער אין כולל, א.א.וו. מען האט תיכף שיין צוריק מסדר געווען די טישן און בענק און אויפגערוימט דער בית המדרש, אזוי אז מען זאל קענען מארגן אינדערפרי שוין קומען לערנען און דאווענען ווי יעדן טאג.
יא, עס שטעלט זיך ב"ה ארויס, אז עס זענען דא אידן וואס באווייזן דעם קונץ פון צוזאם ברענגן אלע דריי זאכן צוזאמען "חתונה מאכן די קינדער", און יא, "די חתונה איז פרייליך אויפן העכסטן פארנעם און יעדער איז העכסט צופרידן", און צו דעם אויך "ארויסגיין אינגנאצן אן קיין פּעני חובות".
"אַמָאל אִיז גֶעוֶוען אַ גְרוֹיסֶער יְרִיד, אִין אַ גְרוֹיסֶער שְׁטָאט. זֶענֶען אַהִין גֶעגַאנְגֶען אַלֶע בֶּעטְלֶערְס, אוּן דִי קִינְדֶער זֶענֶען אוֹיךְ אַהִין גֶעגַאנְגֶען. אִיז גֶעקוּמֶען דִי בֶּעטְלֶערְס אוֹיף דֶער דֵעָה, אַז זֵיי זָאלְן מְשַׁדֵךְ זַיין דִי צְוֵוי קִינְדֶער, אַז זֵיי זָאלְן זִיךְ אֵיינְס דָאס אַנְדֶערֶע נֶעמֶען. אוּן תֵּיכֶּף וִוי מֶע הָאט אָנְגֶעהוֹבְּן דֶערְפוּן צוּ שְׁמוּעסְן, אִיז דָאס זֵיי אַלֶע זֵייעֶר גֶעפֶעלְן, הָאט מֶען זֵיי מְשַׁדֵךְ גֶעוֶוען, לוּשְׁמִיר וִוי מַאכְט מֶען זֵיי חַתוּנָה, הָאבְּן זֵיי זִיךְ מְיַישֵׁב גֶעוֶוען, בַּאֲשֶׁר אִין דֶעם אוּן דֶעם טָאג, וֶועט זַיין בַיים מֶלֶךְ מִינִינֶעס, וֶועלְן אַהִין גֵיין אַלֶע בֶּעטְלֶערְס וֶועלְן זֵיי זִיךְ דָארְטְן אוֹיסְבֶּעטְן קוֹילִיטְשׁ אוּן פְלֵיישׁ, דֶערְפוּן וֶועט מֶען זֵיי מַאכְן חַתוּנָה. אִיז אַזוֹי גֶעוֶוען, זֶענֶען אַלֶע בֶּעטְלֶערְס גֶעגַאנְגֶען אוֹיף דִי מִינִינֶעס, אוּן הָאבְּן זִיךְ אוֹיסְגֶעבֶּעטְן פְלֵיישׁ אוּן בְּרוֹיט, אוּן זֵיי הָאבְּן נָאךְ פַארְנוּמֶען וָואס סֶע אִיז גֶעבְּלִיבְּן פוּן דֶער סְעוּדָה, פְלֵיישׁ אוּן קוֹילִיטְשׁ. אוּן זֶענֶען גֶעגַאנְגֶען, אוּן הָאבְּן זִיךְ אוֹיסְגֶעגְרָאבְּן. אַ גְרוֹיסְן גְרוּבּ, וָואס סֶע זָאל אִין אִים קֶענֶען אַרַיין הוּנְדֶערְט מֶענְטְשְׁן. אוּן זֵיי הָאבְּן אִים צוּגֶעדֶעקְט מִיט פְּרוּטֶעס, אוּן מִיט עֶרְד אוּן מִיט מִיסְט. אוּן זֵיי זֶענֶען אַהִין אַלֶע אַרַיינגֶעגַאנְגֶען. אוּן זֵיי הָאבְּן דָארְט גֶעמַאכְט חַתוּנָה דִי קִינְדֶער, אוּן זֵיי הָאבְּן זֵיי גֶעשְׁטֶעלְט אַ חוּפָּה, אוּן זֵיי זֶענֶען דָארְט זֵייעֶר זֵייעֶר פְרֵיילֶעךְ גֶעוֶוען, אוּן דִי חָתְן כַּלָה זֶענֶען אוֹיךְ זֵייעֶר פְרֵיילֶעךְ גֶעוֶוען." (לשון סיפורי מעשיות, מעשה זיבן בעטלערס)
בילדער פון די חתונה
בילדער פונעם קבלת פנים
קליפס פון די חתונה
בילדער ווי מג'גרייט צו די חתונה
בילדער ווי מ'גרייט צו די חופה
קליפ ווי מ'גרייט צו די חופה
בילדער ווי מ'עמברוידערט די חופה
קליפ ווי מ'עמברוידערט די חופה