אנשי שלומינו פון איבער די טריי סטעיט עריע גרייטן זיך צום יערליכן מסיבת הכרת הטוב פונעם רענט קאמפיין, וואס וועט היי יאר אפגעהאלטן ווערן אין א הערליכע גרויס לאקאל אין קרית יואל.
 
דער נייער לאקאציע איז בעיקר צוליב צוויי סיבות, איינס וויבאלד דער ציבור איז קע"ה זיך צואווקאסן, און מען איז שוין אויסגעוואקסן דעם בית המדרש אין וויליאסמבורג ווי דער מסיבה פלעגט פארקומען אין די לעצטע אכט יאר, און אויך צוליב וואס דער ציבור איז צושפרייט אזוי ווייט, פון בארא פארק, וויליאמסבורג, לינדען, דזשערסי סיטי, מאנסי, קרית יואל, מאנטיסעלא, און קרית ברסלב, האט מען געזוכט א גרויסע שיינע פלאץ וואס וועט זיין פונקט אינמיטן, אז קיינער זאל נישט דארפן פאר צו ווייט; און צוליב דעם האט מען באשטימט דעם מסיבה אויף דעם לילי שישי פקודי אין די פראכטפולע זאלן פון "עטרת מייזעלס" אויף י.ד. גאלדבערגער דרייוו אין קרית יואל.
 
מטעם די רענט קאמפיין גייען אן פיבערהאפטיגע הכנות צום גרויס מעמד, מען גרייט צו דעם הערליכן פרגראם, א געשמקע סעודה ווערט סערווירט ווערן פאר אלע באטייליגטע לכבוד דעם סיום מסכת שבת ירושלמי וואס אנשי שלומינו ענדיגן די וואך. דער סיום וועט געמאכט ווערן דורכן דיין שליט"א. אלע ווארטן אויף די פרייליכע אויפטריט פונעם אלעמען באליבטן גוט זאגער מו"ה מיכל ראזענעפלד הי"ו וואס וועט מהנה דעם ציבור מיט זיינע געשמאקע דיבורים. אבער הלכה למעשה קומט מען הערן די דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס וועט בעז"ה אראפ לייגן וויאזוי מען קען זיכער מאכן בעז"ה אז מען לאזט נישט דורך די הייליגע טעג פון אדר און פורים מיט נארישקייטן, נאר מען נעמט מיט די הייליגע השפעות אויף א גאנץ יאר.
 
אויך וועט מען טיילן בעז"ה גאר שיינע מתנות פאר אלע באטיייגטע, און בפרט פאר די וואס לאזן זיך קאסטן מיט שיינע סכומים במשך דעם יאר פארן רענט קאמפיין. 
 
די רענט קאמפיין שטייט בראש פון די צוויי חשובע עסקנים מו"ה שבתי מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו וואס האבן גענומען אויף זיך די מיסיע אראפצונעמען דעם עול פונעם ראש ישיבה שליט"א פון דארפן צוזאם שטעלן די "רענט" פאר די בנימים פון די קהלה און מוסדות, און דערמיט העלפט מען זיך אליינס אז דער ראש ישיבה שליט"א האט מער צייט זיך צו קענען בעז"ה אפגעבן מיט די תלמידים מיט הרחבת הדעת, און ווייטער איבערגעבן פאר אונז די עצות און התחזקות וואס ער האט מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך מוהרא"ש זי"ע.
 
חפץ ה' בידם והצליחו, אז א דער ציבור איז שטארק ווארעם פאר די עסקנים און שטרענגען זיך אן יעדע חודש און ווען מען קען נאר און מען באשטייערט פאר די רענט מיט א ברייטע האנט. וואס דערפאר אראנדזשירן זיי דעם מסיבה, אפצוגעבן פאר אנשי שלומינו זייער פארדינטע אנערקענונג.
 
די עסקנים האבן געבעטן איבערצוגעבן עטליכע נקודות פאר אנשי שלומינו, ערשטענס בעטן זיי אלעמען צו קומען אין צייט דעם ליל שישי פקודי 8:15 אויף דערנאכט,  וואס פון דעם וועט יעדער נהנה זיין אז מען וועט קענען ענדיגן אין צייט מיטן אויבערשטנ'ס הילף. אויך בעטן זיי איבערצוגעבן אין שטוב אז דער מסיבה איז נאר פאר ערוואקסענע מענער, און נישט פאר קינדער, בחורים אדער פרויען. אויך וועט דאס מאל נישט זיין צוגעשטעלט קיין טראנספארטציע פון שטעטל.
 
דער מסיבה אנטשפרעכט איבערצולאזן א געוואלדיגע רושם אויף אלע באטייליגטע אויף א לאנגע צייט.