כדי דער בנין הגדול והמפואר בית המדרש החדש היכל הקודש ברסלב אומאן זאל נאך פארטיג ווערן היי יאר דארף דרינגענד געשאפן ווערן נאך א קנאפע האלב מיליאן דאלאר אין די נעקסטע דריי וואכן. דערפאר איז אונטערגענומען געווארן א גרויסער קאמפיין אז יעדער אינגערמאן זאל אריינברענגען 5000 דאלער צו קענען ענדיגן דעם נייעם בית המדרש געביידע.
בסך הכל דארף געשאפן ווערן א מיליאן דאלער, וואס איבער העלף דערפון איז שוין ב"ה אריינגעקומען דורך פילע אידן וואס האבן זיך אנגעשטרענגט און געברענגט פארן ראש ישיבה שליט"א יעדער איינער זיין נדבה וויפיל ער האט געקענט.
יעצט ווערט בעזרת השי"ת איינגעפעדעמט א פרישע קאמפיין, וואס איז אונטערגענומען געווארן, כדי מיר זאלן שוין היי יאר זיין חוץ לישוב, אינדרויסן פון די גאנצע הָא הַא, און זיין אויף א ריינע שטילע פלאץ וואו מיר וועלן קענען זיין אפגעהיטן מיט אונזערע קינדער, און עס איז צו האפן אז בעזרת השם יתברך וועלן אנשי שלומינו זיך אנשטרענגען און צולייגן א האנט און עס וועלן אריינקומען די נויטיגע סכומים צו קענען ענדיגן דעם בנין.
דער קאמפייין אין פולן שוואונג
וואו דער בנין האלט פארגאנגענעם ר"ח טבת