א הערליכע יום טוב האבן די בחורים אפגעראכטן אין ישיבה, אינאיינעם כאיש אחד בלב אחד האט מען פון פריש מקבל געווען די תורה.
שבועות ביינאכט זענען זיך אלע בחורים צוזאמגעקומען אינאיינעם מיט אנשי שלומינו צו זאגן צוזאמען תיקון ליל שבועות, קודם האט זיך יעדער געלערנט זיינע שיעורים, אזוי ווי מוהרא"ש זאגט אז שבועות ביינאכט זאל מען לערנען אביסל פון יעדע לימוד וואס מען וויל לערנען במשך די יאר, און דאס איז א סגולה אז מען זאל טאקע זוכה זיין צו לערנען א גאנץ יאר די שיעורים.
דערנאך האט מען אינאיינעם געזאגט די תיקון ליל שבועות מיט גרויס התעוררות און געשמאק. אינצווישן האט מען אויך געזונגען ווארימע ניגונים, זיך אויסבעטנדיג ביים אייבערשטן אין די הייליגע נאכט אז מען זאל זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה ווי עס דארף צו זיין, צו זוכה זיין צו לערנען און צו מקיים זיין די תורה.
שפעטער האט מען זיך געשטעלט דאווענען, א שיינע ווארימע דאווענען נאכגעפאלגט מיט די הייליגע פיוט אקדמות און קבלת התורה, מיט גרויס דערהויבנקייט.
עס האט זיך געשפירט אין די לופט די דערהויבנקייט פון די הייליגע מאמענטען, ווען מען האט זוכה געווען פון פריש מקבל צו זיין די תורה.
קבועין כן תהווין בהנהו חבורתא!