היינט כ"ד כסלו ערב חנוכה ווערט גאנצע זעכציג יאר פון ווען מוהרא"ש זי"ע האט אנגעהויבן באלייכטן די וועלט מיט זיינע הייליגע בריוון וואס איז געדרוקט געווארן דערפון די צוויי הונדערט צוויי און זיבעציג בענדער אשר בנחל, וואס אנטהאטלן בערך 100,000 בריוו וואס איז געבויט אויף די עצות און ווערטער פון הייליגן רבין, וואס איז מחזק און מעודד צענדליגע טוינזטער אידן איבער די גאנצע וועלט.
 
מוהרא"ש (אין ספר שיחת מוהרא"ש) דערציילט א פלא'דיגע מעשה וויאזוי דאס שרייבן די היילגע ספרים האבן זיך אנגעהויבן, אין די טעג פאר חנוכה תשכ"ד האבן זיך אנגעהויבן צוזאם נעמען בחורים ארום מוהרא"ש זי"ע, מוהרא"ש האט זיי אלע מקרב געווען, און גערעדט מיט זיי די עצות פון הייליגן רבין, די בחורים האבן דאן געלערענט אין א געוויסע ישיבה, און דער ראש ישיבה דארט האט זיי אנגעהויבן צו מאכן ענג, און די בחורים האבן אנגעהויבן צו שרייבן בריוו פאר מוהרא"ש ווי זיי האבן זיך אויסגערעדט אלעס וואס עס גייט זיי דורך, מוהרא"ש איז נאך דאן געווען זייער אינג, און כאטש ער האט שוין דאן געקענט אויסענווייניג אלע ספרים פון הייליגן רבין, אזוי אויך האט ער געקענט די פילע ספרי האריז"ל זי"ע, מוהרא"ש האט אסאך געלערענט גמרא פוסקים מדרשים ספרי חסידות און אזוי ווייטער, אבער ער האט זיך נישט געשפירט באקוועם מיט דעם אז מענטשן קומען זיך אויסרעדן צו אים, ווי זיי פאלן נעבעך דורך, ווי דער סמ"ך מ"ם ווארפט זיי אראפ, דערפאר האט ער נישט געוואלט ענפטערן די אלע בריוו, ער האט געשפירט אז דאס איז זייער א גרויסע אחריות.
 
מוהרא"ש האט דאן נאכגעזאגט פון הייליגן רבי נתן זי"ע וואס האט זיך אויסגעדרוקט אזוי: "צו רעדן צו מענטשן, און אים געבן עצות, דאס איז די גרעסטע אחריות, ווייל אפשר וועל איך אים געבן התחזקות, אבער ער דארף יעצט הערן התעוררות, אדער פארקערט, איך וועל אים זאגן מוסר, אבער ער דארף יעצט הערן התחזקות, און דערמיט קען איך אים צוברעכן".
 
דערפאר האט מוהרא"ש זייער שטארק נישט געוואלט אריינגיין דערין, אבער נאכדעם וואס פילע טייערע בחורים זענען געקומען צו אים אהיים, און אויך האבן זיי אנגעהויבן צו שרייבן בריוון מיט זייערע פראבלעמען, האט ער דאן איין טאג אסאך געוויינט צום אויבערשטן שעות ארוכות, און געבעטן דעם אויבערשטן ער זאל וויסן וואס צו טון, וואס ער זאל שרייבן, און וואס צו ענטפערן, אזוי האט זיך מוהרא"ש געלייגט שלאפן וויינענדיג אינמיטן התבודדות.
 
ווען ער איז איינגעשלאפן האט מוהרא"ש געזען דעם הייליגן רבין אין חלום ווי דער רבי שפאצירט מיטן הייליגן רבי נתן, און זיי ביידע קומען צו אים, ער איז געשטאנען אויף זיין פלאץ און האט געקוקט אויף זיי ווי זיי ווערן נענטער, דער רבי האט גערעדט מיט רבי נתן א טיפע זאך (אזוי האט מוהרא"ש פארציילט, אז ער האט געזען לויט די באוועגונגען פון רבי נתן ווי ער קוקט אויפן רבין, און ער שטרענגט זיך אן צו פארשטיין יעדע ווארט, ווי איינער וואס הערט אויס א קאמפליצירטע זאך) און אזוי זענען זיי געגאנגען צוזאמען, דער רבי רעדט, און רבי נתן הערט אויס, ביז זיי זענען אנגעקומען צו די פלאץ ווי מוהרא"ש איז געשטאנען, און דאן האט זיך דער רבי אפגעשטעלט און געשמייכעלט צו אים, און מוהרא"ש איז צוגעגאנגען צום רבין און אים געזאגט פארשידענע זאכן, און אויך איבער דעם וואס די בחורים ווילן פון אים, און ער האט געווייינט צום רבין, "וואס זאל איך טון? וואס זאל איך זיי ענטפערן?" דאס אלעס האט מוהרא"ש אריינגעזאגט שטילערהייט אין די אויערן פון הייליגן רבין אז רבי נתן זאל נישט הערן, ווייל ער האט געזען ווי רבי נתן בייזערט זיך, און האט אים געוויזן א פנים ווי איינערוואס פרעגט פארוואס האקסטו מיר אריין אינמיטן דער רבי רעדט צו מיר.
 
אבער מוהרא"ש האט נישט געקוקט דערויף, נאר גערעדט צום רבין און אים אלעס פארציילט, און דער רבי האט געשמייכעלט צום צו אים און אים געזאגט בזה הלשון ""שרייב מיין קינד שרייב, איך וועל דיר מגלה זיין שיינס אין מיין תורה, איך וועל זיין מיט דיר", און דערנאך זענען זיי געגאנגען ווייטער.
 
מוהרא"ש איז געבליבן אויף זיין פלאץ און געקוקט ווי זיי גייען אוועק, דער רבי רעדט און רבי נתן קוקט אויפן רעגן און הערט זיך צו, אזוי איז מוהרא"ש געשטאנען ביז מען האט זיי שוין מער נישט געזען. דאס איז געווען אין א פעלד, און דערנאך האט מוהרא"ש זיך גענומען רעדן צום אויבערשטן, און אינמיטן התבודדות האט מוהרא"ש געזען פלוצלינג ווי איינער קומט צו לויפן פון דערווייטענס פונעם ריכטונג ווי דער רבי און רבי נתן זענען געגאנגען, און ער לויפט צו צו מוהרא"ש מיט א געוואלדיגע שמחה ביז ער איז אנגעקומען צו אים און אים געגעבן די הענט "שלום עליכם", און אים געזאגט "יעצט ווייס איך ווער דו ביסט, און האט אים געגעבן א קלאפ אויף די פלייצע, און אים געקושט אין די שטערן און האט אים געזאגט "האב נישט מורא, איך וועל זיין מיט דיר שטענדיג, און אין אלע דיינע חידושים וועל איך שטענדיג זיין מיט דיר", און דאס איז געווען דער הייליגער רבי נתן אליינס.
 
און טאקע פון דעם ערב חנוכה תשכ"ד, האט מוהרא"ש זי"ע אנגעהויבן צו שרייבן, און דער אויבערשטער האט געהאלפן אז זינט דאן האט מוהרא"ש פאר פופציג יאר בלי הפסק געשריבן אן א שיעור ספרים און בריוון, וואס איז בכח אריינצוגעבן כח אין יעדן איד אין יעדן מצב באשר הוא שם, און האט שוין צוריק געברענגט אן א שיעור אידישע קינדער צום אויבערשטן.