דעם דאנערשטאג האבן אנשי שלומינו בפרט און אידן איבער די וועלט בכלל, זיך מיטגעפריידט מיט די שמחה ביים ראש ישיבה שליט"א וואס האט אריינגעברענגט זיין אינגל בבריתו של אברהם אבינו.
דער ברית איז פארגעקומען אין בארא פארק ביי זיין גרויסן זיידן הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א. די בחורים פון ישיבה, מיט נאך פילע אנשי שלומינו, האבן זיך משתתף געווען און זיך מיטגעפריידט מיט די שמחה.
ביי די סעודה האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט, ער האט ארויסגעברענגט דעם "כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים", אז אלע מצות און מעשים טובים וואס מען טוט דעם גאנצן לעבן זאלן זיין אריינגעקריצט אין די ביינער, און נישט נאר מן השפה ולחוץ.
דערנאך האט גערעדט דער זיידע הרה"ג מוה"ר מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, וואס האט געזאגט אז אזוי ווי דאס קינד טוט די מצוה פון ברית מילה מיט א תמימות ופשיטות, אזוי ווי ער ווייסט דאך נאך גארנישט, די זעלבע וואונטשט מען אז ער זאל דאס אנהאלטן זיין גאנץ לעבן צו דינען דעם באשעפער מיט תמימות.
נאכדעם האט דער זיידע הרה"ג מוה"ר משה ראטה שליט"א, רב הצעיר דקארלסבורג, גערעדט שיינע ווארימע דיבורים, און ער האט אנגעוואונטשן פאר זיין זון, דער ראש ישיבה שליט"א, אז ער זאל ווייטער קענען ממשיך זיין צו מרביץ תורה זיין און מחזק זיין אידישע קינדער.
דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם גרויסן זיידן הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א, וואס האט געזאגט ווארימע דברי ברכה.
נאכ'ן ברית איז זיך דער עולם צוגאנגען מיט פרישע כוחות און חיות נאך אזא שיינע שמחה.
בטוב צדיקים תעלוץ קריה!