טעגליכע געדאנקען; הערליכע שיעורים און שמועסן; פערזענליכע מעשיות פון תפלה פון פרויען, מיידלעך, און קינדער; רעסעפיס; טיפס; שאלות ותשובות; אידישע ניגונים; און נאך
די פריידיגע נייעס איבער די הערליכע נייע האטליין פאר פרויען, "חיזוק פאר די אידישע שטוב", איז בליץ שנעל צעשפרייט געווארן איבער די אידישע וועלט. טויזנטער פרויען רופן אריין טאג טעגליך און האבן אן הנאה רוחניות וגשמיות פון די פילע שיינע אפטיילונגען אויפ'ן האטליין.
קנעפל 1, טעגליכע געדאנקען, ווערט אפדעיטעט יעדן טאג מיט א קורצע הערליכע געדאנק, וואס נאכ'ן דאס הערן הויבט זיך אן דער טאג גאר אנדערש.
קנעפל 2, דרשות און שיעורים, ווערט כסדר אפדעיטעט מיט אינהאלטספולע שיעורים אויף פארשידענע ענינים, חיזוק אויף אלע געביטן, וואס בלאזן אריין א פרישער גייסט אין די צוהערער. דער קנעפל איז איינגעטיילט אין פארשידענע חלקים, דרשות פאר פרויען, דרשות פאר מיידלעך, לענגערע שיעורים, און קורצערע שמועסן.
קנעפל 3, מעשיות פון תפלה, ווערט יעדן טאג אויפגעפרישט מיט גאר אינטערעסאנטע פערזענליכע מעשיות וואס פרויען דערציילן פון זייער אייגענע ערפארונג ווי אזוי זיי זענען געהאלפן געווארן אין אן עת צרה דורך די פשוטע עצה פון רעדן צום אייבערשטן. דער אפטיילונג איז איינגעטיילט אין דריי, באזונדער די מעשיות פון תפלה פון פרויען, באזונדער פון גרעסערע מיידלעך, און באזונדער פון קלענערע קינדער.
קנעפל 4, שאלות ותשובות, ווערט כסדר צוגעלייגט נאך שאלות ותשובות, אלע סארט שאלות וואס קענען זיך מאכן אין א אידישע שטוב, וואס איז דער ריכטיגער וועג דאס צו באהאנדלן אויפ'ן בעסטען פארנעם.
קנעפל 5, רעסעפיס און טיפס, גוטע אויספרובירטע רעסיפיס און טיפס ווערן כסדר ארויפגעלייגט אויף דעם אפטיילונג, וואס קומט שטארק צוניץ פאר די חשובע באלעבאסטעס.
קנעפל 6, אידישע ניגונים, ווען מען טוט די שטוב ארבעט איז די בעסטע זאך זיך צוצוהערן צו די ווארימע און פרייליכע אידישע ניגונים, אנגעפולט מיט אזויפיל אמונה און בטחון און פילע עצות אין לעבן, וואס בארואיגט די נערווען און מאכט פרייליך דעם געמיט.
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט ווערן צוגעלייגט מיט די צייט נאך פארשידענע אינטערעסאנטע און אינהאלטסרייכע אפטיילונג צום האטליין, צו די צופרידענהייט פון די פילע אריינרופער.
די נומערן צו רופן דעם האטליין זענען ווי פאלגענד; 212-444-9169, אדער קען מען רופן פון אפסטעיט אויף 845-414-8426, אויך האבן מיר צוגעשטעלט א לאקאלער נומער אין ענגלאנד 03303502363, און מיר האפן בקרוב אויך צו האבן א לאקאלער נומער צו רופן פון ארץ ישראל.
רופט אריין און שעפט אן עונג רוחני וגשמי פון יעדע מינוט וואס איר זענט אויף די ליין.
 
חכמות אשה בנתה ביתה!