די וואך מיטוואך איז פארגעקומען די יערליכע "אומאן פארברענג", וואו די חשובע פרויען פון אנשי שלומינו זענען זיך צוזאם געקומען זיך צו שטארקן אינאיינעם אויף די גרויסע זכי' אז זייערע מענער פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, אהיימצוברענגען ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר.
וועמענס הארץ ציטערט נישט פונעם פארכטיגן יום הדין, ווען דער אייבערשטער שרייבט אן פאר יעדן איינעם אלעס וואס עס וועט פאסירן מיט אים במשך די גאנצע יאר, און דא זאגט דער רבי אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה וועט ער אים פארטיידיגן און זען דערצו אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר, איז דאך זיכער אז יעדע פרוי וויל האבן די זכי' זאל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.
עס איז געווען א שיינער פראגראם, א רייכע מאלצייט איז סערווירט געווארן, עס איז געהערט געווארן שיינע דרשות, עס איז געווען א פאנעל פון דריי פרויען וואס האבן געענטפערט פראגעס איבער אומאן, און ס'איז געוויזן געווארן אן אינטערעסאנטע סלייד פרעזענטאציע, פון וואס די פרויען האבן גאר שטארק הנאה געהאט.
איש את רעהו יעזורו!
 
צו זען די דרשה פונעם ראש ישיבה ביי די פארברענג