מאנטאג אווענט נאכן שיעור פאר די אינגעלייט האט דער ראש ישיבה שליט"א אריינגערופן אין זיין צימער אלע וואס האבן זיך אנגעשטרענגט און זיך משתתף געווען מיט גרויסע סכומים פאר ניים בנין אין אומאן. דער ראש ישיבה האט געגעבן פאר יעדעם א פערזענליכע ברכה, און געזאגט אז דער אייבישטער האט געמאכט א נס אז מ'איז אנגעקומען ביז אהער, און דער אייבישטער וועט זיכער העלפן ווייטער אויך.
דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון זיין ארויס פונעם הו הא, אזוי אז מ'קען זיין אפגעהיטן זיך מיט די קינדער פון אלע מרעין בישין פון די גאס.
איינער האט געפרעגט, צי מ'דארף נישט מורא האבן צו גיין ארויס פון געגענט, וואו די סקעיוריטי איז שוואכער, האט דער ראש ישיבה געענטפערט אז מ'דארף נישט מורא האבן, "א גוי טשעפעט נישט אויב מ'טשעפעט אים נישט, רייץ דיך נישט מיט אים וועט ער דיר נישט טשעפען".
גלייכצייטיג געבן מיר איבער א באריכט פונעם וועד קרן הבנין איבער די פארשטריט פונעם בנין. זיי געבן איבער אז מ'גייט שוין גיסן די דאך פונעם צווייטן שטאק וואו עס וועט זיך געפינען דער ריזיגער שיינער רחבות'דיגער בית המדרש. און מ'האפט אין די גאר נאנטע טעג ארויפצוציען די העכערע שטאקן. אויך – זאגן זיי - גרייט מען זיך יעצט אריינצוציען פלאמבינג און עלעקטעריק אין די ערשטע שטאק, ווי עס וועט זיך געפינען די עס זאל, די מקוה און די גרויסע קאך. עס איז געווארן אראפגערופן א ספעציעלע אינדשעניר צו אויסשטעלן דעם ביהמ"ד אויף אן אופן אז די קול פונעם בעל תפלה זאל זיך גוט הערן אין גאנצן ביהמ"ד.
דער געביידע - וואס אגב געפינט זיך אויף א הויכע בארג, און האט דערפאר זייער א שיינע וויו, און מ'וועט קענען זען זייער ווייט, אריינגערעכענט דער ציון הקדוש.
עס וועט זיין צוגעשטעלט שטארקע און ברייטע עלעוועיטארס, צו קענען ארויפברענגען און אראפטראגן די רענצלעך צו די צימערן. די צימערן גייען זיין ברייטע רחבות'דיגע צימערן אבער מיט נאר א קליינע צאל בעטן, און יעדע צימער וועט אי"ה האבן אן אייגענע שויער אין בית הכסא.
מען געט אונז איבער אז מ'האט שוין באשטעלט די בעטן – און זיי האבן זיכער געמאכט צו באשטעלן ברייטע באקוועמע אמעריקאנע סטאנדארט בעטן, נישט קיין אוקריינער דינע שמואלע בעטן.
דער בנין וועט האבן א גרויסע מעלה, אז די באסעס וואס ברענגען און טראגן דעם עולם פון און צום עירפארט וועלן קענען צופארן ביזן טיר פונעם געביידע אויפצונעמען און אראפצולייגן דעם ציבור, וויבאלד דער בנין געפינט זיך אינדרויסן פון די עטליכע גאסן ארום דעם ציון וואס איז אפגעשפארט אין די טעג ארום ראש השנה.
מ'גרייט זיך שוין ממש בקרוב צו ארויסשטעלן די בעטן צו פארדינגען. אזוי ווי דער פאראלאנג איז זייער גרויס, דארף מען זען צו דינגען וואס פריער, וכל הקודם זכה.
בילדער