מיט פרייד און עקסטאז גרייט מען זיך צו די פרישע חתונה וואס וועט פארקומען דעם וואך דאנערשטאג (וירא) אין היכל הישיבה, ווען עס וועט גיין אונטער די חופה החתן הערשי בן מו"ה עזרא בוים הי"ו, עב"ג בת מוה"ר משה קורץ שליט"א, גאב"ד יבנאל.
די ערשטע חתונה וואס איז פארגעקומען אין ישיבה פאר די זומער, האט אויפגעשטורעמט דאס גאנצע יהדות החרדית. עס האט געעפנט די אויגן פון אידישע קינדער צו זען אז עס פעלט בכלל נישט אויס צו מאכן טייערע שמחות, עס פעלט נישט אויס אריינצופאלן אין טיפע שווערע חובות ביי יעדע שמחה פון א קינד, עס פעלט נישט אויס אז דאס הארץ זאל אנהויבן דרוקן אין די צייט וואס מען וויל צוגיין צו א פרייליכע שמחה.
דער עיקר איבעראשונג איז געווען ביי מענטשן צו זען ווי אזוי די חתן כלה אליין האבן געהאט דעם קאפ אויפ'ן פלאץ, זיי האבן פארשטאנען אז זייערע עלטערן באדן זיך נישט אין געלט, זיי האבן נישט א בוים וואס וואקסט אויף דעם געלט, זיי מוטשען זיך אויס די נשמה אהיימצוברענגען אפאר דאלער אין שטוב צו קענען אנגיין מיט'ן טאג טעגליכן לעבן; און דעריבער האבן זיי אליין זיך געבעטן ביי די עלטערן צו שפארן ווי מער געלט מעגליך, וויפיל די עלטערן האבן געפלאנט זיך צו שפארן, האבן די חתן כלה געבעטן אז מען זאל נאך מער אראפציפן פון די הוצאות. פארוואס זאלן די עלטערן דארפן כאפן אן הארץ אטאקע ח"ו, בלויז אויף צו האבן פרישע טייערע בלומען צו קענען ווארפן אין די מיסט עטליכע שעה נאכ'ן עס באקומען?
ווען מען זיצט ביי א טייערע חתונה, און מען ווייסט אז די מחותנים קענען זיך דאס באמת נישט ערלויבן, זיי האבן זיך געמוזט אנבארגן געלט און אריינפאלן אין חובות, בלויז זיך צו קענען שפירן ווי א שיינער מחותן פאר עטליכע שעה, צו שפירן און זיך איינרעדן אז מענטשן וועלן טראכטן אז ער איז עפעס, אז ער האט עפעס; זיצנדיג ביי אזא חתונה האט מען א ספק וועלכע ברכה צו מאכן אויף די עסן, די פאסיגסטע ברכה וואלט געווען "על אכילת דם"... און ווען דער מחותן גייט אהיים נאך די שיינע חתונה, דאן הויבט ער אן טראכטן פון וואו אין די וועלט וועט ער צאמקראצן דאס געלט דאס צו באצאלן, און ווען מען געבט זיך נאר איין דריי, האלט מען שוין ביי די קומענדיגע שמחה ב"ה. א קלוגער מחותן ווייסט אז עס לוינט זיך מוותר צו זיין אויף די דמיונות זיך צו שפירן גוט פאר עטליכע שעה ווי א ברייטער מחותן, און זיך איינרעדן אז מענטשן וועלן דאס ארויפקוקן, ענדערש זאל מען זיך שפארן דאס מערסטע וואס מעגליך, און בלייבן א שיינער מחותן אויף נאך די חתונה.
וואס מאכט פרייליך א חתונה? נישט די טייערע זאל, נישט די טייערע עסן, נישט די טייערע בלומען, נישט די טייערע קליידער, נישט די טייערע מוזיק און זינגער, און נישט די אלע אנדערע טייערע נארישקייטן. מען קען האבן די אלע זאכן און די חתונה איז בכלל נישט פרייליך. אלעס ווענדט זיך אין די מח, אויב די מחותנים זענען נאר פארנומען אז אלעס זאל קלאפן מיט א פונקטליכקייט אזוי ווי אויסגעפלאנט, דאן וועלן זיי נאר האבן א חתונה נאכט אנגעפולט מיט צער און עגמת נפש. ווידער קען זיין א פשוטע ביליגע חתונה, און די מחותנים זענען פרייליך ביז'ן הימל אז זיי זענען זוכה חתונה צו מאכן זייערע קינדער, אז די קינדער גייען שוין אויפשטעלן אן ערליכע שטוב, און דאס איז זייער גאנצע חיות און שמחה, נישט די עטליכע שעה וואס מען פארברענגט אינעם חתונה זאל.
מענטשן קומען מיט טענות אז צדיקים האבן געזאגט אז ווען עס קומט א שמחה עפענען זיך די פענסטער פון הימל און עס קומט אראפ אלע גוטע השפעות, און מען דארף זיין ממש א נאר צו זאגן אז מען וויל זיך שפארן. די שאלה איז וואו עס שטעלט זיך אפ די השפעות, אפשר זאל מען אויך קויפן א נייע קאר אזוי ווי די השפעות גיסן סיי ווי? פארוואס קויפן נאר דריי פאר שיך אין די צייט וואס מיט די השפעות קען מען שוין קויפן צוואנציג פאר שיך? עס איז זייער נאריש צו זאגן אז א איד זאל זיך אנ'חובות'ן אויף דעם סמך. אז עס איז באשערט פאר'ן מענטש צו האבן חובות, וועט עס שוין אנקומען אויף א וועג, מען מוז נישט גיין טון אלע השתדלות אריינצוקריכן אין חובות.
"נע, א שטריימל קויפט מען נאר איין מאל אין לעבן, זאל עס כאטש זיין אזוינס און אזעלעכס", ווער זאגט? זאל מען קויפן אויף די חתונה א ביליגן שטריימל, און ווען דער אינגערמאן וועט עלטער ווערן, ער וועט אי"ה שיין מצליח זיין אין פרנסה, וועט ער זיך קויפן א הערליכן שטריימל צו די בר מצוה פון זיין בכור.
ווער איז אויפגעקומען מיט דעם געדאנק אז וועש און זאקן דארפן געהאלטן ווערן אין הערליכע אויסגעשניצטע האלצענע מעבל געברענגט פון איטאליע? דאס זענען נישט קיין מעבל, נאר דאס איז די בלוט פון די עלטערן וואס זענען פארגליווערט געווארן און האט זיך אויפגעשטעלט אין פארם פון מעבל... יעדן טאג קען מען זען אין די בלעטער אז מענטשן האבן אוועקצוגעבן מעבל לשם מצוה, פרישע פאר-פעלקער באקומען הערליכע גרויסע טייערע מעבל, די מחותנים האבן געקויפט די מעבל לויט זייער געשמאק, און פאר די פאר-פאלק שמעקט עס אינגאנצן נישט, און ווען די קינדער הויבן אן צו קומען ב"ה, דאן האט מען שוין נישט קיין פלאץ פאר די מעבל אינדערהיים, לייגט מען זיי קודם ארויס אינדרויסן אין קארידאר עס זאל נישט שטיין אין וועג, און ווען עס הויבט אן צו שטערן אויך דארטן, די קינדער קענען נישט געהעריג שפילן אינדרויסן, שטעלט מען ארויס א מודעה ווער עס וויל עס קומען אפנעמען לשם מצוה, די גרעסטע מצוה וועסטו טון אז דו וועסט קומען נעמען מיינע מעבל וואס איך קען זיך נישט אן עצה געבן דערמיט.
לעצטנס זעט מען ביי חתונות, וואו עס איז נאך דא א געהעריגער שפילער און זינגער, ווי ביי די סעודה ווילן די שפילער און זינגער זיך אביסל אפרוען, גייען זיי אביסל ארויס זיך אויסצולופטערן, און אין די צייט שטעקן זיי אריין עפעס א רעקארדירונג וואס זאל זינגען און שפילן און אונטערהאלטן דעם עולם. אויב אזוי קען מען שוין לכתחילה מאכן אזוי די גאנצע חתונה, יעדער וועט זיין זייער פרייליך, און די מחותנים וועלן זיך שפארן נאך אפאר טויזנט דאלער.
ביי די פריערדיגע חתונה אין ישיבה האבן מענטשן רעקארדירט חלקים פון די היסטארישע חתונה און עס ארומגעשיקט צו פריינד און באקאנטע, די וועלכע האבן דאס באקומען האבן נאר געוואלט וויסן ווער ס'איז געווען דארט דער שפילער און זינגער, ווייל עס איז געווען אזוי שיין און זיי ווילן זיי באשטעלן אויך ביי זייערע שמחות. אין די צייט וואס מען האט פשוט אויפגעשפילט א רעקארדירונג פון א חתונה, און עס איז געווען גאר שיין און פרייליך און עס האט קיינעם גארנישט געפעלט.
ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט ביי די פריערדיגע חתונה, איז דאס געווען א געוואלדיגער סוקסעס. די חתן און די כלה אינאיינעם מיט די מחותנים זענען אהיים פון די חתונה זייער פרייליך און צופרידן. יעצט שטייענדיג עטליכע חדשים נאך די חתונה, פעלט פאר קיינעם גארנישט צוליב דעם וואס די חתונה איז פארגעקומען אין א שול און נישט אין א זאל, די איינציגסטע זאך וואס פעלט איז די גרויסע חובות וואס די מחותנים וואלטן זיך געקענט איינקויפן זייער גרינג מיט גרויס שפע.
דעריבער איז גאר גרויס די פרייד אז עס גייט שוין פארקומען די צווייטע חתונה אין בית המדרש. צו די סעודה זענען געלאדענט בלויז די נאנטע קרובי המשפחה; און אלע פעטערס, קאזינס, קרובים, און גוטע פריינד, וועלן אי"ה עסן א פיינעם נאכטמאל ביי זיך אינדערהיים, און דערנאך אריבערקומען צו די חתונה זיך מיטצופרייען מיט די שיינע שמחה, און משמח זיין די חתן כלה.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז די שמחה זאל משפיע זיין שמחות פאר גאנץ כלל ישראל, אז מען זאל שוין קענען מאכן שמחות נאר מתוך שמחה, נישט אויסגעמישט מיט פיל צער און עגמת נפש. און דער זכות וועט זיכער ביישטיין פאר די חתן כלה אז זיי זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן אן ערליכע אידישע שטוב לשם ולתפארת, עס זאל זיין א קשר של קימא און א בנין עדי עד, בנים ובני בנים עוסקים בתורה וביראה, מיט געזונט פרנסה און נחת פאר לאנגע יארן.
ומשוש חתן על הכלה ישיש עליך אלוקיך!