קרעדיט: מו"ה יעקב פיש ני"ו
מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן ביי אנשי שלומינו די פרישע נייעס איבער דעם שידוך פון החתן נתנאל ני"ו דער זון פון המפיץ הגדול הרב יואל פארקאש שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל עב"ג די חשובע כלה תחי' די טאכטער פונעם ראש ישיבה שליט"א.
דער שידוך איז געווארן געשלאסן אין א מזל'דיגע שעה פארגאנגענעם ליל שישי אין שטוב פון גרויסן זיידן הרה"ח רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען אין וויליאמסבורג, מיט די באטייליגונג פון די זיידעס כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א וואס איז געקומען צו פארן פון בארא פארק, און הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א דער זיידע פונעם חתן וואס איז געקומען צו פארן פון קרית יואל.
דער ראש ישיבה שליט"א האט מכבד געווען זיין שווער הגה"צ ר מררדכי אהרן שליט"א מיט קריאת התנאים. די חשובע זיידעס שליט"א האבן געזאגט שיינע דברי ברכה און אנגעווינטשן פאר חתן כלה.
די עדות זענען געווען מו"ה אייזיק אפפעל  ני"ו און מו"ה יעקב פיש ני"ו, ערב קבלן איז געווען הרב מרדכי אינדיג ני"ו און מו"ה העניך אינדיג ני"ו.
סיי דער חתן און סיי די כלה זענען תלמידים פון די הייליגע מוסדות היכל הקודש ברסלב און זענען גוט אויסגעלערענט וואס דאס לעבן איז, זיי דארפן גארנישט אויסער אויפשטעלן א אידישע שטוב על דרך ישראל סבא, זיי דארפן נישט קיין תנאים און קיין בלומען, עס אינטערעסירט זיי נישט קיין מתנות און קיין פוירניטשור, זיי טראכטן נישט פון קיין זאל און קיין זינגער, עס מאכט זיי נישט פרייליך די שטריימל און די קליידער; זיי זענען איבער-גליקליך אז דער אייבישטער האט זיי געהאלפן אז זיי האבן געטראפן זייער שידוך אין א מזל'דיגע שעה, און זיי גייען אנהייבן זייער לעבן אויף די וועג פון אונזערע עלטערן און רבי'ס זכותם יגן עלינו.
אלע אנשי שלומינו זענען זייער פרייליך מיט די נייעס, און וואונטשן פאר'ן ראש ישיבה פילע הויפענעס אידיש נחת, פון די פארפאלק זאל זיך ווייטער ציען הייליגע אידישע דורות וואס וועלן באלייכטן די וועלט.
עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול חתן וקול כלה
📸 מעמד לחיים ווארט תנאים פון החתן נתנאל פארקאש עב"ג בת הראש ישיבה - ליל שישי שלח תשפ"א
📰 שידוך פון עלסטן זון פון ראש ישיבה הרב שלמה שליט"א עב"ג בת הרב יואל טייטלבוים שליט"א - אדר א' תשע"ט
📰 חתונה פון הרב שלמה שליט"א זון פון ראש ישיבה שליט"א - סיון תשע"ט
🗞️ מ'קען חתונה מאכן אָן בארגן אדער גנב'נען
🎞️ די פייערדיגע טענץ ביים חתונה פון עלטסטן זון פון ראש ישיבה שליט"א