ווי שוין געמאלדן גרייטן זיך אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש צו שרייבן א פרישע ספר תורה לעילוי נשמת דעם הייליגן רבין רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו, א ספר תורה וואס וועט זיין ספעציעל געמאכט אויף א קליינע פארמאט כדי מען זאל עס קענען מיטנעמען קיין אומאן ווי מען וועט ליינען דערין אויף די וועגן און אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה. א זאך וואס דער הייליגער רבי האט זיך זייער געשטעלט דערויף, און געמאנט און געפאדערט אז אלע וואס גלייבן אין אים זאלן זען צו זיין ביי אים אויף ראש השנה.
 
כדי צו געבן א געלעגענהייט פאר אנשי שלומינו צו קענען אנטייל נעמען אין די התחלת כתיבת ספר תורה האט מען מסדר געווען צוויי עקסטערע מעמדים, סיי אין שטאט, און סיי אין אפסטעיט. קומענדיגע וואך ליל שישי ויקרא נאכן שיעור פונעם ראש ישיבה אין וויליאמסבורג וועט פארקומען די ערשטע מעמד התחלת כתיבת ספר תורה, און די וואך דערנאך ליל שישי פרשת צו וועט פארקומען די מעמד התחלת כתיבת ספר תורה אין בית המדרש היכל הקודש קרית ברסלב אויף האשקי תיכף נאכן שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א.
 
אין די זעלבע צייט איז די קאמפיין אויפצוטרייבן די פאנדן פאר די הוצאות פארן ספר תורה איז שוין געלאזט געווארן אין גאנג, און די זכותים מיט זייער פרייזן זענען שוין ארויסגעשטעלט געווארן דורך געטרייען גבאי. די וואס טראכטן צו קויפן א זכות, דארפן עס טון וואס שנעלער ווייל די פארלאנג צו קויפן זכותים אינעם ספר תורה איז זייער גרויס, בפרט די גאר ספעציעלע זכותים, ווערן צוכאפט זייער שנעל.
 
די אויסוואל פון די זכותים זענען ווי פאלגענד:
זכות ספר: $5,000 
בראשית, שמות און במדבר
(ויקרא און דברים זענען שוין פארקויפט)
 
זכות פרשה מיוחדת: $3,600 
די פאלגענדע זענען נאך עוועילעבל:
וירא - עקידה; תולדות - ברכת יצחק; ויחי - ברכת יעקב; יתרו - עשרת הדברות; כי תשא - קטורת; נשא - ברכת כהנים; ואתחנן - עשרת הדברות; און עקב - פרשת היראה.
די פרשיות פון בשלח - שירת הים פרשת המן; בחוקותי - ברכת פרנסה; האזינו - שירת האזינו; און וזאת הברכה - ברכת משה רבינו; זענען שוין פארקויפט.
 
זכות פרשה: $1,800
די פרשיות זענען נאך אוועלעבל:
ויצא, מקץ, ויגש, שמות, משפטים, תצוה, ויקהל, פקודי, ויקרא, צו, שמיני, אחרי, אמור, בהר, במדבר, בהעלותך, שלח, בלק, פנחס, מטות, מסעי, דברים, ראה, שופטים, תצא, תבא, נצבים און וילך.
בראשית, נח, לך, חיי שרה, וישלח, וישב, וארא, בא, תרומה, תזריע, מצורע, קדושים, קרח, און חקת זענען שוין פארקויפט.
 
אויך קען מען קויפן א זכות יריעה פאר $1,000 און זכות עמוד פאר $500.
 
די אלע אויסגערעכנטע זכותים זענען ווי עס האלט מיטוואך מיטאג פרשת ויקהל, אבער די זכותים ווערן זייער שנעל פארקויפט. ווארט נישט ביז דער גבאי רופט אייך אן, ווייל ביז דעמאלטס וועלן שוין נאך פילע זכותים שוין זיין אויסגעכאפט. מאכט שוין אייער אויסוואל און רופט תיכף דעם ממונה מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 845-295-1500 און קויפט אייך איין א זכות אינעם ספר על שם רבינו.