אין די ברסלב'ע חדר היכל הקודש קרית יואל זוכן די מלמדים צו געבן פאר די תלמידים אינהאלטספולע טריפס, מען זוכט אז די קינדער זאל סיי הנאה האבן, און אויך ארויסגיין דערפון מיט א לימוד אויפן לעבן.
 
אזוי ווי די קינדער האבן זיך אויסגעצייכענט מיט דרך ארץ, דאווענען, לערנען און מידות טובות האט דער געטרייער איבערגעגעבענער מלמד הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א געגעבן פאר די קינדער אן אויספלוג, און זייענדיג אין די טעג בעפאר די יארצייט פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, האט מען זיך אריבערגעכאפט באזוכן איינער פון זיינע גרויסע תלמידים הרה"ח ר' יחזקאל גליק שליט"א פון קרית יואל, א איד וואס איז זוכה צו ענדיגן ש"ס יעדעס איינציגע יאר, צו הערן פון אים וואס ער קען איבערגעבן פונעם גרויסן צדיק, און וואס מען קען זיך אפלערנען צו גיין אין זיינע וועגן.
 
הרה"ח ר' יזחקאל שליט"א האט זיך זייער געפרייט צו די לעכטיגע קינדער, ער האט זיי זייער שיין אויפגענומען, און זיי מכבד געווען מיט עסן און טרונקען, ער האט געקוואלן נחת פון די טייערע צאן קדשים, ער האט פארציילט ווי נאך די מלחמה איז מען געווען אזוי צובראכן, און נאר די גמרא און די הייליגע תורה האבן געהאלטן די אידן ביים לעבן.
 
די קינדער האבן דערנאך געזונגען דעם ניגון "א בלאט גמרא דאס איז מיין לעבן, א בלאט גמרא דאס איז מיין שטרעבן, א בלאט גמרא דאס איז מיין חיות, א בלאט גמרא געבט מיר חיות, איך בין א ש"ס איד, דער באשעפער האט מיר ליב, די תנאים אמוראים זענען מיינע פריינט, עס וועט מיר אויסנעמען פון אלע קלעמען, א בלעטעלע גמרא דאס האב איך אין מיין האנט!"
 
הרה"ח ר' יחזקאל האט זיך זייער ווארים באדאנקט פאר'ן מלמד און פאר די קינדער, און האט האט זיך אויסגעדרוקט מיט טרערן אין די אויגן פאר די קינדער "כאפטס אריין בלעטער ש"ס וועט איר זיין פריש און מינטער"! די קינדער זענען ארויס פון התפעלות זעענדיג א איד וואס נוצט אויס די צייט, און זאגט בלעטער ש"ס, א זאך צו וואס יעדער זוכה זיין און יעדער קען נאכמאכן.
 
גם כי יזקין לא יסור ממנו