מיט א חודש צוריק ווען איז דער ראש ישיבה'ס באבע הרבנית הצדקת מקארלסבורג ע"ה איז נפטר געווארן, האט דער ראש ישיבה באשלאסן דאן צו פארן צום לוי' וואס איז פארגעקומען אין חצר פון התנא האלוקי רשב"י אין מירון. יעצט ווען עס שליסט זיך די שלושים, און עס גייט פארקומען די הקמת המצבה, האט דער ראש ישיבה באשלאסן נאכאמאל צו פארן. דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די בחורים פאר ער איז ארויסגעפארן אז ער איז זייער מכיר טובה זיין באבע ע"ה וואס האט אים אייביג מורא'דיג מחזק געווען, אפילו אין די שווערסטע צייטן.
דינסטאג נאכט גלייך נאך די טעגליכע דרשה פאר די בחורים איז דער ראש ישיבה געפארן צום עירפארט צו פארן אויף גאר א קורצע באזוך קיין ארה"ק.
דער ראש ישיבה פלאנט בעז"ה אויסער דאס זיין אין מירון צום הקמת המצבה פון זיין באבע הרבנית הצדיקת ע"ה, אויך צו באזוכן אויף קברי אבות, און זיין ביי מוהרא"ש'ס ציון אין יבניאל זיך אויסצובעטן.
דער ראש ישיבה האט באקומען גאר אסאך בקשות פון ישיבות און קהלות אין ארה"ק צו קומען זאגן א דרשה ביי זיי, אבער דער ראש ישיבה האט נישט געוואלט איבערלאזן די בחורים פון זיין ישיבה אויף א לענגערע צייט, זאגענדיג אז די ישיבה און זיינע תלמידים זענען ביי אים די חשובסטע. דער ראש ישיבה שליט"א וועט אבער פרובירן צו קומען צו עטליכע פלעצער פאר א שיעור, לויט וויפיל די צייט וועט ערלויבן.